י ו ד ל מ אַ ר ק
שמעון דובנאָוו
אַרויסגעגעבן פון
בילדונגס-קאָמיטעט פון אַרבעטער-רינג
ניו-יאָרק, 2—01
אין דעם דובנאָוו-יאָר תשכ“א, ווען די יידישע וועלט האָט
געפייערט הונדערט יאָר פון שמעון דובנאָווס געבוירן ווערן,
זיינען אין די יידישע צייטונגען און זשורנאַלן געווען אַ סך
אַרטיקלען וועגן דעם גרויסן היסטאָריקער און טעאָרעטיקער.
אָט די אַרטיקלען האָבן באַלויכטן פאַרשיידענע זייטן פון ש.
דובנאָווס אויפטוען און פון זיין פערזענלעכקייט. אָבער אין דער
זעלביקער צייט איז ליידער ניט אַרויס קיין איין גרעסערע אַרבעט
וועגן ש. דובנאָוון. דעריבער געפינען מיר פאַר נייטיק אַרויס-
צוגעבן די זאַמלונג פון יודל מאַרקס אַרטיקלען, וואָס האָרן
אין די יאָרן 0691 -2691 זיך געדרוקט אין „קולטור און דער-
ציאונג“ און וואָס אַלע אינאיינעם גיבן זיי אַ פולערע אָפּשאַצונג
פון שמעון דובנאָווס אויפטוען און פון זיין פערזענלעכקייט.
ז.יעפרויקין,
בילדונגס-דירעקטאָר פון אַרבעטער-רינג
אינהאַלט:
זייט
שטריכן פון דעם מענטש שמעון דובנאָוו — — — — — 9
שמעון דובנאָווס באַנעמען יידישע געשיכטע — — — — 71
שמעון דובנאָווס הויפט-באַגריף „גייסטיקע נאַציע“ — — 42
שמעון דובנאָווס אויטאָנאָמיזם — — — — — — — 43
שמעון דובנאַרוס וועלטלעכקייט — — — — — — — 34
שמעון דובנאָוו און יידיש — — — — — — — — — 25
שמעון דובנאָווס השפּעה ווי אַ היסטאָריקער — — — — 16
אַ לעבן פון ווילן און מיט ווערדע — — — — — — — 07
ש
א
א
א
א
א
א
א
א
י
* אָ
:
ש .
אי
שטריכן פון דעם מענטש שמעון דובנאָוו
די צאָל מענטשן וואָס האָבן געפילט אין זיך אַ נאָענטקייט
צו שמעון דובנאָוון איז שוין אַ גאַנץ קליינע. פון זיין אייגענעם
דור איז דאָך שוין קיינער ניט געבליבן. פון די יינגערע זיינען
אַ סך אומגעקומען, אַ טייל זיינען שוין אויף אַ נאַטירלעכן אופן
אַוועק פון דער וועלט, אַנדערע ווידער האָבן אין זייערע איבער-
שאַצונגען זיך גייסטיק דערווייטערט פון זייער אַמאָליקן רבין.
איז דאָ דעריבער אַ דראַנג צו שרייבן וועגן שמעון דובנאָוון ווי
עס שרייבט אַ תלמיד וועגן זיין לערער — ניט פון דער ווייט,
ניט מיט קאַלטער היסטאָרישער „אָביעקטיווקייט“, וואָס איז
אָפט ניט מער ווי אַן אָנשטעל, נאָר אָפן סוביעקטיוו. אָבער דאָך
איז דערביי דאָ די כּוונה פון אַ מין אינעווייניקסטן דין-וחשבון :
וואָס איז געבליבן דויערדיקס, וואָס קענען מיר געניסן אויך
איצט פון שמעון דובנאָווס רייכער ירושה ז עס איז אויך דאָ
דער באַגער אַרויסצוברענגען, ווי אַזוי עס לעבט די געשטאַלט
שמעון דובנאָוו אין איינעם, וואָס איז דורכגעדרונגען מיט אַ
גייסטיקער און אַפילו פּערזענלעכער נאָענטשאַפט צו דעם וואָס
די יידישע וועלט פייערט הונדערט יאָר פון זיין געבוירן — דעם
צווייטן טאָג ראש-השנה פון יאָר תרכ“א.
אין אַזאַ פאַל איז, דאַכט זיך, ניט מער ווי רעכט, ווען איך
הייב אָן מיט אַ ביסל זכרונות און מיט אַ פּרואוו כאָטש טיילווייז
צו כאַראַקטעריזירן איינעם פון די איידלסטע מענטשן, וואָס עס
איז מיר אויסגעקומען זיך צו באַגעגענען מיט זיי.
אין דער אַמאָליקער צאַרישער הויפטשטאָט, אין פעטער-
בורג אָדער פּעטראָגראַד ווי עס האָט געהייסן אין די יאָרן פון
דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָט דער ווינטער געהאַט זייער
ווייניק זוניקע טעג. אָבער עס איז גראָד געווען אַ קאַלטער און
מיט זון בּאַגאָסענער טאָג, ווען איך בין מיט אַ ציטערדיק האַרץ
געגאַנגען צו דובנאָוון. דאַכט זיך אַז דאָס איז געווען אַ זונטיק
אינדערפרי. נאָך די לעקציעס אויף „באַראָן גינזבורגס העכערע
9
קורסן“ פלעגן די סטודענטן האָבן אַ טבע אַרומצורינגלען זייער
לערער און שטעלן כּלערליי פראַגעס. מיט עטלעכע טעג פריער
בין איך צוגעשטאַנען מיט שאַלות און אויך מיט אַ באַגער צו
דערציילן וועגן אַן אינטערעסאַנטער סטודענטישער גרופּע אין
פּעטראָגראַדער אוניווערסיטעט וואָס האַלטן זיך פאַר עכטע און
אויסגעהאַלטענע דובנאָוויסטן. אויף דעם סמך האָט זיך געשאַפן
די מעגלעכקייט אָפּצושטאַטן דעם ערשטן באַזוך ביי דובנאָוון.
דער שניי האָט געסקריפּעט און געזונגען מיט ריינקייט.
אין דער לופט איז געווען אַ פריידיקע ליכטיקייט און אַ שניי-
איקע ציכטיקייט. און אָט דער איינדרוק ביים ערשטן נאָענטן
קאָנטאַקט האָט אַרויפגעלייגט דעם חותם אויך אויף דער גע-
שטאַלט שמעון דובנאָוו. עס איז געווען זוניק אויך אין זיין
אַרבעט-צימער. דער הויכער שטערן, דאָס היפּש גרוילעכע,
זאָרגעוודיק אַרומגאָאָרענע בערדל, די רוקנס פון די ביכער
אויף די פּאָליצעס און אַפילו דער פולט אויף וועלכן דובנאָוו
פלעגט שרייבן שטייענדיק, — אַלץ האָט זיך אַזוי ווי געבאָדן
אין ליכט. דער באַזוך האָט איבערגעריסן די אַרבעט — און
דובנאָוו האָט דאַכט זיך שטענדיק געאַרבעט.
דער באַזוכער האָט געוואָלט גלייך צוטרעטן צום ענין,
דערציילן וועגן דער סטודענטישער גרופּע און וועגן דעם באַגער
איינצושטעלן אַ דירעקטע פאַרבינדונג מיט דעם וואָס זיי האַלטן
פאַר זייער רבין. אָבער דער לערער האָט איבערגעריסן : „איר
האָט געזאָגט אַז איר שטודירט געשיכטע . . . “ |און האָט גענומען
אויספרעגן וועגן די ספּעציעלע אינטערעסן אין געשיכטע, וועגן
פּראָפעסאָרן. מיט דער זיכערקייט וואָס איז דאָ נאָר אין די
יונגע יאָרן האָבן איך געענטפערט אַז מיך אינטערעסירט די
נייסטע געשיכטע, פון דער פראַנצייזישער רעוואָלוצ ע אָן, און
אַז וואָס שייך יידישער געשיכטע ווער איך פאַרכאַפּט פון די
בייטענישן אין געזעלשאַפטלעכע אידייען. דובנאָווס ליפּן זיינען
געבליבן שטרענגלעכע, ווי געוויינטלעך, אָבער די אויגן און
דאַכט זיך דער שטערן האָבן געשמייכלט און ער האָט אַרויס-
געזאָגט אַ וואָרט וואָס איז געבליבן איינגעקריצט אין זכרון,
ווייל עס האָט געגעבן אַ ברען. דער שמועס איז געווען נאַטיר-
לער אויף רוסיש, און דובנאָוו האָט איבערגעריסן מיין דערציילן
מיט דעם אַריינשטעל : „יאָ טאָזשע “ דאָס הייסט ער א ווך
01
האָט אַזוי אָנגעהויבן. אויפן וועג צוריק און שפּעטער וואָכן-
לאָנג האָב איך איבערגעקלערט און איבערגעקלערט, וויפל פיינ-
קייט און וויפל באַגער צו דערמוטיקן עס איז געלעגן אין דעם
דאָזיקן „טאָזשע“ צו אַ יונג סטודענטל.
דער לערער האָט גענומען זיך נאָכפרעגן וועגן מיר פער-
זענלעך, וועגן מיין משפּחה. אָבער איך האָב אויף גיך גענומען
דערציילן וועגן אונדזער סטודענטן-קרייז און עס איז געבליבן
אַז אַ וואָך (צי צוויי) שפּעטער וועט ער האָבן צייט פאַר אַ גאַנצער
דעלעגאַציע פון אָט דער גרופּע און פאַר אַ לענגערן שמועס
וועגן אונדזערע ,מרונטפרינציפּן“. דריי זיינען געקומען צו אים.
איך דערמאָן די נעמען פון די איבעריקע צוויי, ווייל זיי זיינען
געווען אויסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנטע יונגעלייט און עס
זעט אויס אַז ביידע זיינען אומגעקומען נאָך אין די ערשטע יאָרן
פון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. דאָס איז געווען אונ-
דזער אָרגאַניזאַטאָר, דער וויטעבסקער בחור לעווינטאָוו, און
דער אידעאָלאָג פון דער גרופּע גאַנעלין, פּאָלאָצקער רבס זון.
דובנאָוו האָט אונדז געלאָזט ריידן, האָט געפירט דעם שמועס
פון איין ענין צו אַ צווייטן און האָט כסדר געשטעלט פראַגעס.
עס איז געווען קאָנטיק אַז ער איז זייער צופרידן פון די ענט-
פערט אָדער די ספקות וואָס מיר האָבן אַרויסגעבראַכט. אין
אַלגעמיין-פּאָליטישע ענינים זיינען אַלע דריי געווען אַ סך לינקער
פון דעם לערער, און מיר האָבן עס געוואוסט פון לכתּחילה.
דעריבער איז פאַר אונדז געווען אַ חידוש דער טיפער און דער
ראַדיקאַלער באַנעם פון דעמאָקראַטיע, וואָס שמעון דובנאָוו האָט
דעמאָלט אַנטוויקלט פאַר זיינע צוהערערס. און גראָד אָט דער
אַלגעמיינער, ניט ספּעציפישער יידישער פּונקט איז געווען די
טעמע פאַר זיינע אייגענע אַרויסזאָגונגען. דאָ האָט ער געלערנט
מיט אונדז אַז ניט לויט אַלגעמיינע, גלייכע, געהיימע, דירעקטע
און פּראָפּאָרציאָנעלע וואַלן (די „פּיאַטיכוואָסטקאַ“ אין דעם
דעמאָלטיקן פּאָליטישן זשאַרגאָן) קען מען משפּטן דעמאָקראַטיע,
נאָר לויטן סכום רעכט און מעגלעכקייטן פאַרן יחיד און פאַר
מיעוטים-גרופּעס. ווען מיר זיינען געגאַנגען אַהיים, האָבן מיר
נאָך לאַנג באַוואונדערט דובנאָווס הומאַניזם. מיר זיינען געגאַנ-
גען צו אים ווי צו דעם נאַציאָנאַליסט פון „גייסטיקער אומה“
און אַוועקגעגאַנגען מיטן געפיל אַז מיר זיינען אויך געווען ביי
11
אַ גדול אין הומאַניזם און ביי אַ טיפן דענקער אין פּראָבלעמען
פון דעמאָקראַטיע און פרייהייט.
שפּעטער, אויף פאַרשיידענע זיצונגען און פאַרזאַמלונגען
פון דער „פאָלקספּאַרטיי“, איז אויסגעקומען צו הערן פון דובנאָוון
וועגן זיין פאָרשטעלונג פון דעמאָקראַטיע בכטע. און עס איז אַ
שאָד וואָס וועגן דעם האָט ער כמעט גאָרנישט געשריבן. ער איז
געווען טיף באַהאַוונט אין דער אַלגעמיינער געשיכטע פון דער
דעמאָקראַטישער אידיי און האָט אַפּנים אַליין אַ סך געטראַכט
וועגן דעם. ער איז אגב געווען אַ באַגייסטערטער אָנהענגער
פון אַ סך שטריכן אין דער אַמעריקאַנער סיסטעם. ער האָט
אַמאָל מיט באַוואונדערונג גערעדט וועגן ווילסאָנען, נאָך לאַנג
איידער אָט דער אַמעריקאַנער פרעזידענט איז געוואָרן פּאָפּולער
אין אייראָפּע אַדאַנק זיינע פערצן פונקטן. נאָך אין די יאָרן,
ווען מיר האָבן גערעדט אַלע וועגן די זעקס מיליאָן — די זעקס
מיליאָן יידן אין רוסלאַנד — האָט שמעון דובנאָוו געהאַלטן
אַז די צוקונפטיקע העגעמאָניע אין יידישן לעבן געהערט צו
די יידן אין צפון-אַמעריקע.
דעמאָקראַטיע וואָס דאַרף קומען פון אונטן, דעמאָקראַטיע
מיט וואָרצלען אין געדיכטעניש פון טאָגטעגלעכן לעבן איז אויך
געווען שמעון דובנאָווס פאָרשטעלונג בנוגע יידישער דעמאָ-
קראַטיע. דעריבער האָט ער מער אַרויסגעהויבן די קהילה-
אויטאָנאָמיע ווי די סיים-אויטאָנאָמיע. עס געדענקט זיך זיינער
אַ זאָג אַז עס קען אויך זיין אויטאָנאָמיע, געבויט אויף אַלגעמיינע
וואַלן און אַפילו מיט אַ סיים, און דאָך אָן גענוג דעמאָקראַטיע,
אָן גענוג רעכט פאַרן יחיד און פאַר דעם מיעוט אין דער
אויטאָנאָמיע. אָבער אין תוך איז ער געווען פאַר סיים-אויטאָ-
נאָמיע, און אין דעם פּונקט איז ניט געווען קיין חילוק צווישן
אים און דער גרופּע סיימיסטן וואָס האָבן צוזאַמען מיט אים
בּאַנייט אין 7191 די „פאָלקספּאַרטיי“. אין די יאָרן פון מלחמה
איז ער געגאַנגען נאָך ווייטער : ער האָט געחלומט וועגן אַ
יידישן געזעצגעבערישן אָרגאַן ניט בלויז אין די ראַמען פון
איין לאַנד, נאָר וועגן אַ יידישן וועלט-סיים. אָט דעם דובנאָווישן
געדאַנק האָט געפּרואווט אַנטוויקלען מיט יורידישע ראַיות און
מיט אָנשפּאַר אויף אינטערנאַציאָנאַלע רעכט דער דעמאָלט יונגער
21
יוריסט דר מאַקס לאַזאַרסאָן. שמעון דובנאָוו איז אין די מלחמה-
יאָרן געווען דיער שטאָלץ מיט זיין יונגן און זי,ר פעאיקן תלמיד.
שמעון דובנאָוו איז ניט געווען קיין גוטער רעדנער אויף
בּרויסע פאַלקס-פאַרזאַמלונגען. ער איז געווען לויט זיין מהות
צו מיושבדיק און זיך געשראָקן פאַר יעדער מין גוזמא („אַ גוזמא
איז אַ ליגן“ — האָב איך ניט איין מאָל געהערט פון אים). ער
האָט אויך געווייכט פון מינדסטן שמץ פון טעאַטראַלישקייט.
ער איז אָבער געווען דער גרויסער בעל-מסביר און דערפאַר
באמת אַן אויסגעצייכנטער לעקטאָר. ער האָט געקאָנט אויף
זיצונגען און קלענערע פאַרזאַמלונגען אַרויסברענגען זיין שטאַנד-
פּונקט מיט אויסטערלישער קלאָרקייט און דירעקטקייט. ער איז
בכלל געווען דער מענטש פון קלאָרקייט און פון דירעקטקייט.
דעריבער האַלט איך אים פאַר אַן ערשטראַנגיקן פּובליציסט.
ער האָט הן אין שרייבן הן אין ריידן תמיד איינגעהאַלטן די
אינעווייניקסטע וואַרעמקייט וואָס רייסט זיך דורך אויך דורך
קאַלטלעכע ווערטער. ער האָט זיך געהאַלטן אין אַ שטרענגער
דיסציפּלין ניט צו זיין עמאָציאָנעל. דובנאָוו האָט צייטנווייז
זיך געשראָקן פאַר עמאָציאָנעלקייט. ווען ער פלעגט אַמאָל ווערן
אויפגערעגט — און דאָס האָט געטראָפן, הגם ניט צו אָפט,
בעת אַ היציקער דעבאַטע אין אַן ענגן קרייז — האָט ער געהאַט
אַ טבע זיך צוריקצוכאַפּן. ער האָט אַפּנים אין אַזעלכע פאַלן
זיך געפילט ניט גוט.
שמעון דובנאָוו, זעט אויס, איז געווען אַ שטרענגער דיס-
ציפּלין-אָנהענגער — וואָס שייך זיך. ער האָט אַזוי אויסגע-
פורעמט זיין לעבן, עס זאָל גיין אין אַ גלייכער ליניע. ער איז
געווען מיט לייב און לעבן, אידייאיש און עמאָציאָנעל, אַריינ-
געטאָן אין זיין וויסנשאַפטלעכער אַרבעט. אָבער גלייכצייטיק
איז ער געווען ניט קיין איינגעשלאָסענער אין זיינע דלד אמות.
ער האָט בפירוש געשטרעבט מיטצואווירקן ביים שאַפן די יידישע
געשיכטע פון זיין צייט, אָבער זיך ניט געלאָזט אינגאַנצן אַריינ-
ציען אין קאָך פון געזעלשאַפטלעכער אַרבעט. אַפילו אין די
שטורעמדיקסטע טעג פון דער פעברואַר-רעוואָלוציע און שפע-
מער אין די טראַגישע טעג פון דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע האָט
ער ניט אָפּגעטראָטן פון זיין לעבנס-אַרבעט, צו גרייטן, צו קאָנ-
81
טראָלירן, צו שרייבן און איבערשרייבן זיין וועלט-געשיכטע פון
יידישן פאָלק.
עס איז נאַטירלעך אַז צו יעדער דערשיינונג פון טאָג-
פּאָליטיק איז דובנאָוו צוגעגאַנגען פון אַ ברייטן און ווייטן
היסטאָרישן שטאַנדפּונקט. דער היסטאָריקער אין אים האָט
אַנטוויקלט אַ צוגעשפּיצטן חוש פאָרויסצופילן דעם ווייטערדיקן
גאַנג פון געשעענישן. ווען מע האָט נאָך געראָנצט ממש אין
די גאַסן פון פרייד אין זומער 7191, אַז אָט איז געקומען דער
גרויסער און ליכטיקער טאָג פאַר אַלע פעלקער פון רוסלאַנד,
איז אויסגעקומען צו הערן פון אים אַרויסזאָגונגען פון שרעק
פאַר ווייטערדיקע אַנטוויקלונגען און אַז לענין און שראָצקי
זיינען געפערלעכער ווי מע מיינט, מיט דערמאָנען פאַראַלעלן פון
דער גרויסער פראַנצייזישער רעוואָלוציע. ווען די באָלשעוויקעס
זיינען געקומען צו דער מאַכט און אַנדערע האָבן זיך געטרייסט
אַז דאָס איז נאָר אויף אַ ווייל, האָט ער געוואָרנט אַז מען זאָל
זיך ניט פאַרשלעפערן מיט אַזאַ איינדיידעניש. ער איז געווען
ממש קראַנק ווען זיי האָבן צעטריבן די דעמאָקראַטישע גרינ-
דונגס-פאַרזאַמלונג און מיט ציטערניש גערעדט וועגן אַ גייער
ראָמאַנאָוו-צייט („נאָוואַיאַ ראָמאַנאָוושטשינאַ“) אויף דורות. און
ווען ער איז אַנטלאָפן פון היסלעריזם און געקומען קיין ריגע
און האָט געלעבט אין אַ שיינער און וואַלדיקער פאָרשטאָט,
אָפּגעזונדערט און פאַרטיפט אין פאַרענדיקן זיין געשיכטע, האָט
ער מיט טרערן אין די אַלטע אויגן גערעדט : מע פאַרשטייט
ניט ווי גרויס עס איז דאָס אומגליק פאַר דער גאַנצער וועלט
און ווי גרויס עס איז די קאַטאַסטראָפע פאַרן יידישן פאָלק.
און דאָס איז געווען פאַר דעם יאָר 8391 מיט זיינע פּאָגראָמען
אין דייטשלאַנד. אָבער אויך ער, דער גרויסער היסטאָריקער,
האָט אפילו אין אַ קאָשמאַרן-נאַכט זיך ניט געקענט פאָרשטעלן
אַז זיינע אייגענע יאָרן וועלן פאַרשניטן ווערן דורך קידיש-השם,
און אַז אים וועט נאָך אויסקומען אויסצורופן צו די אַרומיקע
יידן, וואָס האָבן געזען ווי מע שלעפּט אים, דעם אַלטן און קוים-
לעבעדיקן, צו דער שחיטה : „יידן, פאַרשרייבט ! יידן, געדענקט!“
און ווען עס קומט אויס גאַנץ אָפט צו טראַכטן, ווי בלינד מיר
זיינען אַלע געווען, — קומט .אויך אַרויף דער געדאַנק : אַפילו
שמעון דובנאָוו, וואָס איז געווען נוטה צו מורא פאַרן יידישן
41
גורל, ווייל די יידישע געשיכטע האָט אים אַזוי אָנגעלערנט,
אַפילו ער, וואָס האָט פאָרויסגעפילט קאַטאַסטראָפע — האָט ניט
געקאָנט וויסן ווי מאוימדיק זי וועט זיין.
און ער האָט עס ניט געקאָנט וויסן. סוף-כל-סוף איז ער
געווען אַ זון פון דעם אָפּטימיסטישן 91טן יאָרהונדערט. ער
איז געווען דורכגענומען דורך און דורך פון די אידייען פון
בסדרדיקן פּראָגרעס, הגם מיט באַרג-אַראָפּן און מיט פאַרדרייע-
נישן. ביי זיין גאַנצער אָפּגעהיטשייט, דער געמאָסטנקייט וואָס
האָט געשטעקט ניט גאָר אין זיין ריידן און שרייבן, און ניט נאָר
אין זיין טראַכטן, נאָר אין מהות פון זיין פּערזענלעכקייט — איז
ער געווען אַן אָפּטימיסט טיף ביזן גרונט. דאָס איז געווען זיין
עכט-יידישע ירושה. וואָסער חורבן עס זאָל ניט אַראָפּפאַלן
אויף יידישע קעפּ, קומט נאָך דער תקופה פון חורבן — אויפבוי,
ווייטער-לעבן, ווייטער-גיין.
שמעון דובנאָוו האָט דורכגעלעבט זיין אייגן לעבן אין אויסער-
געוויינטלעכער באַשיידנקייט און מיט צוריקגעהאַלטנקייט. ער
איז געווען אַ מסתפּק במועט. עס איז געווען גענוג אים אָנצוקוקן
כדי צו זיין זיכער אַז אָט דער מענטש וועט זיך ניט לאָזן
פאַרפירן פון קיין שום מין יצר-הרע. אינגאַנצן אַ „פרישר“,
אָן די מצוות פון שולחן-ערוך, איז ער געווען אַן אויסגעהאַל-
טענער מחמיר אויף זיך און האָט געפירט אַזאַ ריין לעבן, וואָס
יעדער צדיק וואָלט עס געמעגט מקנא זיין (אויב עס איז פאַראַן
קנאה אויך ביי אַ צדיק). ער האָט זיכער געוואוסט זיין אייגענעם
ווערט און זיך געהאַלטן מיט ווערדע. אָבער עס איז קיין איינציק
מאָל ניט אויסגעקומען צו באַמערקן ביי אים דאָס אַרויסשטעלן
זיך, דאָס אַרויסרוקן זיך מיט דעם אייגענעם איך — ניט דירעקט,
ניט אפילו אומדירעקט. עס האָט געווייט פון אים מיט באַ-
שיידנקייט פון עכטער פּערזענלעכער גרויסקייט. עס איז געווען
גרינג צו זיין אין זיין מסיבה. עס איז געווען גרינג מיט אים
צו דיסקוטירן, ניט מסכים צו זיין מיט אים, און דערביי האָט
מען קיינמאָל זיך ניט געדאַרפט ריכטן אויף אַ באַמערקונג
וואָס זאָל אַ שטאָך טאָן. ישוב-הדעת און צוריקגעהאַלטנקייט
פון אמתן תלמיד-חכם איז געווען אַ מין שיין אַרום זיין פּער-
זענלעכקייט.
דעריבער איז ער געווען אַזוי איינגעהאַלטן און דזשענטעל-
מעניש אין זיין פּאָלעמיק, וואָס איז תמיד געווען אַ פּאָלעמיק
בנוגע אידייען, אָבער ניט קעגן דער פּערזאָן. אָט אין דעם
שמועס מיט די דריי סטודענטן, וואָס ווערט דאָ פריער דער-
ציילט, האָט ער געפרעגט, צי מע האָט געלישנט אַחד-העמען.
אים איז ניט איינגעפאַלן צו פרעגן, צי מען האָט געלייענט זיינע
אייגענע „בריוו וועגן אַלטן און נייעם יידנטום“. אים האָט פאַר-
דראָסן דער אויסדרוק „הער“, וואָס זישטלאָווסקי האָט געניצט
אין פּאָלעמיק קעגן אים. ער האָט ניט ליב געהאַט צו ריידן
וועגן די וואָס פּאָלעמיזירן מיט אים. עס איז קיינמאָל ניט
אויסגעקומען צו הערן עפּעס אַן אַראָפּמאַכנדיקע באַמערקונג
וועגן די וואָס זיינען אַרויסגעטראָטן קעגן אים. ער איז געווען
אַזוי דורכגענומען פון מידות-טובות אַז עס האָט זיך געדאַכט,
זיי זיינען ביי אים אַזוי נאַטירלעך אַז ער דאַרף זיך ניט אָפּהיטן.
אָבער ווען מע טראַכט וועגן פאַרשיידענע פאַלן און עפּיזאָדן,
מוז מען דאָך קומען צום אויספיר, אַז שמעון דובנאָוו האָט גע-
אַרבעט אויף זיך און אויף זיין כאַראַקטער און האָט זיך אַרויפ-
געאַרבעט צו זיין לויטערקייט און ציכטיקייט.
דער איינדרוק פון יענעם ווינטערדיקן טאָג, וואָס איז געווען
אויסגעצירט מיט בלענדיקן שניי און פאַרגאָסן מיט זון, פון דער
ערשטער נאָענטער באַגעגעניש מיט שמעון דובנאָוון, אָט דער
ערשטער איינדרוק איז פֿאַרבליבן אויף שטענדיק — אויך נאָך
די פילצאָליקע באַגעגענישן און אַפילו „צונויפשטויסן“ אין די
ווייטערדיקע יאָרן. ציכטיק און ליכטיק — דאָס איז די שמעון
דובנאָוו-געשטאַלט.
1
שמעון דובנאָווס באַנעמען יידישע געשיכטע
עס זיינען פאַראַן אַ סך וואָס זיינען מחולק מיט דובנאָוון
דעם דענקער, אָבער אויך זיי האָבן לויבווערטער וועגן דובנאָוון
דעם היסטאָריקער. אין תוך איז אָבער שווער אָפּצורייסן איינס
פון דאָס אַנדערע. זיין הויפט-אויפטו ווי אַ היסטאָריקער איז
דאָך אַ רעזולטאַט פון דעם וואָס ער איז געקומען מיט זיין שיטה
און זיין קוק אויפן יידישן פאָלק, אויפן גאַנצן גאַנג פון זיין גע-
שיכטע און זיין אויסקוק אויף די מעגלעכקייטן פון אַ שעפערישן
עתיד. עבר, הווה און עתיד האָבן זיך ביי אים געהאַט צונויפגע-
בונדן אין איין קנופּ. מיט דעם איז ער געווען ענלעכער צו די
גאָר אַלטע בראָניק.ערס-שרייבערס איידער צו די וואָס האָבן
פונאַנדערגעבויט די חכמת היהדות אין דייטשלאַנד.
אין דעם קריטישן יאָר 1881 איז שמעון דובנאָוו געווען
אַן 12-יאָריקער יונגער מענטש וואָס זוכט אַ וועלטבאַנעם. ער
איז ניט מיטגעריסן געוואָרן ניט מיט ביל“ו און ניט מיט עם-
עולם ; ער איז ניט געוואָרן קיין שום חובב, ניט געוואָרן קיין
בעל-תשובה, אָבער געוואָרן אַ זוכער, אַן אָנגעשטרענגטער
זיכער. און אויף זיינע זוכענישן איז ער געוואָרן אַ גייער איבער
דער יידישער געשיכטע. זיין ערשטער גרויסער חידוש איז גע-
ווען : פּרואוון געפינען דורך דער יידישער געשיכטע אַ קאָמ.פּאַס
פאַרן פאַרן ווייטער אין יידישן לעבן. די געשיכטע איז אויסגע-
קליבן געוואָרן ווי דער מורה-דרך פאַר די וואָס בלאָנדזשען אין
דרכי-החייס. ניט קיין איינציקע, לכתחילה אָנגענומענע אידיי
זאָל באַלייכטן דעם וועג, נאָר דאָס וואָס עס לאָזט זיך אָפּלערנען
פון דער גאַנצער יידישער געשיכטע.
אין דעם שטעקט שוין יענע אַנטי-דאָגמאַטישקייט וואָס
איז אַזוי כאַראַקטעריסטיש פאַר דעם מענטשן. דאָ איז שוין
קאָנטיק אַ פאַרמעסט אַרויסצושפּרינגען פון ביז אים אָנגע-
גומענע פאָרמלען און פון דעם וואָס איז געוואָרן פּאָפּולער אין
די אומרואיקע אַכציקער יאָרן פון פאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.
71
דאָס באַפרייען זיך איז ניט אָנגעקומען גרינג. דער יונגער
דובנאָוו האָט זיך געמוזט אַ לענגערע צייט ראַנגלען מיט זיך
גופא, ביז ער האָט געקענט פּטור ווערן פון דעם פאַרשפּרייטן
קוק אַז יידן זיינען סך-הכּל אַ רעליגיעזע גרופּע, אָבער ניט קיין
נאַציע. ערשט ווען ער איז געוואָרן נענטער צו דרייסיק יאָר
האָט זיך גענומען אויספורעמען די סיסטעם געדאַנקען וואָס מיר
קענען אָנרופן דובנאָוויזם.
פון השכלה ציען זיך די פעדעם צום ציוניסטישן נאַציאָ-
נאַליזם ; פון השכלה קניפּן זיך בינדונגען מיט דער רעוואָלו-
ציאָנערער באַוועגונג ביי יידן ; פון השכלה וואָקסט אויך אַרויס
דער דובנאָוויזם. און אָט די שיטה איז אַרויסגעקומען פון שטו-
דירן יידישע געשיכטע. יידידש געשיכטע איז פאַר דובנאָוון
פריער געוואָרן דאָס פעלד פאַרן אינטעלעקטועלן זוכן, און
ערשט דערנאָך איז עס געוואָרן דאָס פעלד פאַר פאָרשן און
אויפשטעלן דעם אייגענעם גרויסן בנין. פון דעם דענקער איז
געוואָרן דער היסטאָריקער, און דער היסטאָריקער האָט פאַר-
גרונטפעסטיקט דעם דענקער.
שמעון דובנאָוו האָט פאַרשפּרייט ביי יידן דעם אינטערעס
צו געשיכטע, ער האָט געלערנט זאַמלען מאַטעריאַלן און איז
אַליין געוואָרן אַן ערשטראַנגיקער זאַמלער ; ער האָט אויסגע-
צייכנטע פּרט-אַרבעטן וועגן משיח-באַוועגונגען, וועגן חסידות
(גאָר אַ גרויסע און ביז היינט ווערטפולע אַרבעט), וועגן וועד-
ארבע-ארצות, וועגן יידן אין די לעצטע יאָרהונדערטער אין
מזרח-אייראָפּע און נאָך אַנדערע. אָבער זיין גרויסקייט באַשטייט
דערעיקר אין דעם וואָס ער, דער פאָרשער, איז ניט פאַרבליבן
בלויז דער פאַכמאַן, נאָר וואָס ער איז תמיד געווען פאַרכאַפּט פון
דעם גאַנצן געלויף, פון דעם פולן פיר-טויזנט-יאָריקן שטראָם
ישישע געשיכטע. וואָס איז דער מאי-קאָ-משמע-לן פון אונדזער
געשיכטלעכן לעבן ז וואָס האָבן מיר פון דעם פאַר זיך און
פאַרן היינט און בכן אויך פאַרן מאָרגן ז דאָס איז דער דובנאָ-
וויסטישער צוגאַנג צו געשיכטע. עס גייט אין לעצטן סך-הרל
ניט אין דעם וויפל מיר קענען שוין די געשיכטע, וואָס מיר
האָבן אין איר אויסגעפאָרשט, נאָר וואָס זי האָט אונדז געגעבן,
וואָס זי האָט אונדז געלערנט.
דובנאָווס גרויס לעבנסווערק הייסט „ווסעמירנאַיאַ אים-
81
טאָריאַ יעוורעיסקאַוואָ נאַראָדאַ“, די וועלט-געשיכטע פון יידישן
פאָלק. עס איז ניט קיין געשיכטע פון יידן, נאָר פון שוצן פאָלק,
בפירוש פון פאָלק. און עס איז אַ וועלט פאַר זיך, אַ גאַנצע
וועלט. און עס איז געקניפּט און געבונדן מיט דעם וואָס מע
רופט געוויינטלעך אָן וועלט-געשיכטע, ווען מע מיינט מיט דעם
צו זאָגן : די געשיכטע פון די וויכטיקסטע קולטור-פעלקער.
אין זיין אַריינפיר צו אָט דער „וועלט-געשיכטע“ שרייבט דוב-
נאָוו : „דער גורל פון יידישן פאָלק האָט זיך אַזוי אויסגעפורעמט
אַז עס האָט אַליין זיין אייגענע אַלוועלטלעכע געשיכטע . . .
כמעט אויפן גשצן שטח פון דער קולטור-וועלט . . . און אין
גאַנצן משך פון היסטאָרישן לעבן פון דער מענטשהייט“. דאָס
אַליין גיט אַ הייב אַרויף די געשיכטע פון אַ קליין פאָלק און אַ
שטעל אַוועק אין דער ברייטסטער פּערספּעקטיוו. אָבער דובנאָוו
היט זיך דערביי אויס פון אַ „טעאָלאָגישן“, ווי ער רופט עס,
אתה-בחרתנו. ער שטרייכט כסדר אונטער אַז אויב מיר זיינען
געווען אַ לערער פון פעלקער, זיינען מיר גלייכצייטיק אויך
געווען אַ גוטער תּלמיד ביי אַ צאָל פעלקער. מיר זיינען אָבער
די מיטגייערס מיטן גאַנצן שטראָם געשיכטע פון דער מענטש-
הייט, מיטגייערס און מיטבאַווירקערס און מיטבאַווירקטע.
די יידישע געשיכטע איז ניט בלויז וואָס אַנדערע האָבן
מיט אונדז אָדער קעגן אונדז געטאָן, נאָר דערעיקר וואָס מיר
אַליין האָבן געטאָן און אויפגעטאָן. עס איז ניט אמת אַז מיר
זיינען ווען ניט איז ,געווען נאָר אַן אָביעקט פון און פאַר דער
געשיכטע, נאָר אין זייער אַ גרויסער מאָס אויך דער סוביעקט,
דער שעפערישער יסוד פון דער איעענער געשיכטע. אוּן אָט
די אייגענע שעפערישקייט איז דער עיקר און דאַרף באַלויכטן
ווערן פון דער געשיכטע-שרייבונג. און אָט די שעפערישקייט
איז ניט באַגרענעצט אין צייט און איז ניט צוגעבונדן צו איין
לאַנד, אַפילו ניט צום אייגן-אייגענעם לאַנד ארץ-ישראל, נאָר
זי איז אומעטומיק און אַלצייטיק. און אָט די שעפערישקייט
איז אויך ניט בלויז אין תחום פון אַבסטראַקטן געדאַנק, פון
פילאָסאָפיע און פּאָעזיע און אַנדערע אינטעלעקטועלע און קול-
טורעלע דערגרייכן — נאָר אָט די שעפערישקייט איז אויך אין
דעם טאָגטעגלעכן לעבן, אין די פאָרמען פון לעבן פאַרן כלל
ווי פאַרן יחיד.
91
עס איז ניט גרינג אָנגעקומען דובנאָוון זיך צו באַפרישן
פון דעם וואָס ער רופט אָן די „ספּיריטואַליסטישע קאָנצעפּציע“,
דאָס הייסט פון דער שיטה אַז אונדזער געשיכטע איז די גע-
שיכטע פון ליידן און פון גייסטיקייט. מיר זיינען טאַקע ליידער
זייער אָפט די געליטענע און ניט זעלטן אויך די דערהויבענע
און באַלויכטענע פון אונדזער געליטנקייט. אָבער דאָס איז ווייט
ניט אַלץ. מיר זיינען אַליין אויך די וואָס האָבן געפורעמט
אונדזער אינעווייניקסט לעבן, געפורעמט אַנדערשדיק און ביז
אין אַ געוויסער מאָס אַפילו פריי אין די שווערסטע באַדינגונגען.
שמעון דובנאָוו רופט אָן אָט די קאָנצעפּציע זיינע „סאָציאָ-
לאָגישע“. בלויז אין אַ געוויסן זיגען איז עס אַ ריכטיקער נאָ-
מען, ווייל שמעון דובנאָוו זוכט די געזעלשאַפטלעכע כוחות וואָס
ווירקן אין יעדער תקופה באַזונדער און פּרואווט זיי אַרויס-
שטעלן. ער וויל אויך געבן די גאַנצע שפּיל און די אינעוויי-
ניקסטע פאַרהעלטענישן פון די באַזונדערע גרופּעס אין דער
יידישער געזעלשאַפט. אָבער זיינע דירעקטע און אומדירעקטע
תלמידים האָבן אַ סך מער זיך פאַרטיפט אין דעם. ער אַליין
האָט דאָ מער מרמז געווען אויף אַ דרך ווי אים באמת דורבגע-
גאַנגען. גיכער וואָלט מען עס געמעגט אָנרופן אַ פאָלקס-אינדיווי-
דואַליסטישע שיטה. דער געשיכטע-שרייבער דאַרף אויסגעפי-
גען אין וואָס עס באַשטייען די באַזונדערקייטן פון זיין אָביעקט,
דעם פאָלק, ווי אַזוי אָט די באַזונדערקייטן האָבן זיך אַרויסאַנט-
וויקלט, ווי אַזוי זיי זיינען אויפגעהיט געוואָרן אָדער געביטן גע-
וואָרן און ווי זיי האָבן זיך אַרויסאַנטפּלעקט אין יעדער תקופה
באַזונדער.
און ווי יערער טיפער רעיון גייט עס אַרויס פון די ראַמען
פון פּאָזיטיוויזם און פאַקטואַליזם, הגם דובנאָוו אַליין האָט זיך
געהאַלטן פאַר אַ פּאָזיטיוויסט וואָס איז ווייט פון יעדער מיט-
טיק. ביי דובנאָוון צווישן די שורות און איבער די שורות טאָ-
קומט זיך ממש אַ מיסטעריעזע דראַמע פון דער יידישער גע-
שיכטע : דאָס יידישע פאָלק אַליין האָט זיך אויסגעקליבן זיין
דרך, דער ייד איז דער שמיד פון זיין געשיכטע און פון זיין
לעבן. ניט נאָר ליידן און גייסטיקייט — גאָר אויך די וואָכעדי-
קייט אַזוי ווי דער שבת, ניט נאָר די בענקשאַפט נאָך גאולה,
נאָר אויך די גרויקייט פון גלות, אַלץ איז אין תוך אַ פּועל-
02
יוצא פון כאַראַקטער פון דעם אינדיוויד וואָס הייסט ישיש
פאָלק. די דראַמע פון דער יידישער געשיכטע ווערט דורכדעם
פאַרטיפט און קריגט נייע אויסמעסטונגען. אויף אַ טרוקענעם,
אַ סך מער באַשיקדענעם אופן און פאָרמולירט מיט אַ סך ניט-
דערזאָגטקייטן באַקומט זיך עס ביי דובנאָוון אַזוי : „דער יודאַ-
איזם ווערט געפורעמט לויט דער סאָציאַלער עקסיסטענץ פון
פאָלק, אָבער ניט פֿאַרקערט“. אַוודאי נעמען מיר אָן אָט די
דאָזיקע צוריקגעהאַלטענע פאָרמולירונג, אָבער דובנאָווס איי-
גענער קוק איז דאָך אַ סך ווייטער און טיפער.
ביי גרעצן, וואָס איז געווען אַזאַ אויסגעציק גטער שרייבער
און שילדערער פון געשטאַלטן, זיינען דאָ אַ סך העלדן פון
גייסט. ביי דובנאָוון איז אייגנטלעך פאַראַן נאָר איין איינציקער
העלד — דאָס יידישע פאָלק. און אָט דער העלד ראַנגלט זיך
מיט דער וועלט און מיט זיך, און אין אָט דעם כסדרדיקן פיר-
טויזנט-יאָריקן געראַנגל פורעמט זיך אויס די וועלט-דראַמע
וואָס הייסט געשיכטע פון יידישן פאָלק. די מוחות זיינען דעם
העלדס, דער באַגער זיך צו ראַנגלען איז דעם העלדס, דער
רצון צו לעבן און צו שאַפן איז דעם העלדס. און שמעון דובנאַרו
איז בבל נפשו פאַרליבט אין אָט דעם אויסטערלישן העלד.
גלויבן אין אָט דעם העלד און ליבשאַפט צו אים זיינען דער
סוד, פאַרוואָס דובנאָוון האָט זיך איינגעגעבן אויפצושטעלן זיין
,מאָנומענטאַלן בנין פון אַ גאַנצער און סינטעטישער יידישער
געשיכטע. ווען דאָס פעלט חלילה, קען מען זיין דער בעסטער
פאַכמאַן מיט דער פיינסטער טעכניק — און דאָך ניט ווערן
קיין גרויסער היסטאָריקער פון אונדזער פאָלק.
אין לעבן פון אַ יחיד זיינען פאַראַן פאַרשיידענע צייטן, מער
און ווייניקער פּראָדוקטיווע. אָבער אויב דער יחיד איז אַ מון
אָדער כאָטש אַ שעפערישע פּערזענלעכקייט, זיינען אויך די
זאַמדיקערע תקופות פון זיין לעבן געבונדן מיט די שוואַרצער-
דיקע און פרוכטיקע. אַזוי איז אויך דובנאָווס קוק אויף די פאַר-
שיידענע תקופות פון אונדזער געשיכטע. ניטאָ קיין שום תקופה
אין דער יידישער געשיכטע וואָס זאָל זיין בלויז פּאַראַזיטיש-
אומפּראָדוקטיוו. תמיד האָט זיך געקאָסט אין דער יידישער קיך
און כסדר איז געוואַקסן דער אינדיוויד — דאָס יידישע פאָלק.
עס האָט תמיד זיך גענערט מיט די אייגענע זאַפטן און תמיד
שמעון דובנאָווס הויפט-באַגריף „גייסטיקע
נאַציע“
דובנאָוו דער דענקער און דובנאָוו דער היסטאָריקער איז
ניט קיין סיאַמער צווילינג, נאָר אַ טיפע אָרגאַנישע צווייאייניקייט
וואָס קען דורך קיין שום אָפּעראַציע ניט פונאַנדערגעשיידט ווערן.
הן ביים באַגרינדן דעם יידישן אויטאָנאָמיזם, הן ביים שאַפן
אַ דרך פאַר געשיכטע-פאָרשונג, הן אין זיין יידישער געשיכטע-
פילאָסאָפיע באַזירט זיך שמעון דובנאָוו אויף דעם באַגריף
„גייסטיקע נאַציע“. איז דעריבער נייטיק אַריינצוטראַכטן זיך אין
אָט דעם דובנאָווישן יסוד.
וואָס דובנאָוו רופט אָן „נאַציע“ האָט מען אין דער ליטע-
ראַטור פון דער נאַציאָנאַלער פראַגע אין אייראָפּע געוויינטלעך
גערופן נאַציאָנאַליטעט, כדי צו מאַכן אַ חילוק צווישן פעלקער
מיט מלוכהשער זעלבשטענדיקייט און די פעלקער וואָס זיינען
בלויז מיעוטים אויף אַ טעריטאָריע פון אַ סואווערענער נאַציע.
שמעון דובנאָות איז ניט געפעלן געוואָרן די דאָזיקע טערמינאָ-
לאָגיע, ווייל ער האָט ניט געוואָלט אַז אַזאַ וויכטיקער אונטער-
שייד זאָל זיך אָנשפּאַרן אויף אַ סופיקס. ער האָט בעסער גע-
וואָלט אַ גאַנצן אַדיעקטיוו צום וואָרט „נאַציע“. אין די ענג-
ליש-רעדנדיקע לענדער און אויך אין פראַנקרייך איז דער מער-
מין „נאַציע“ בכלל ניט פּאַסיק פאַר אונדז יידן. צווישן די זעקס
באַטייטן וואָס וועבסיטער גיט ביים וואָרט „נעישאָן“ איז דער
ערשטער : „אַ פאַרבינדונג פון מענטשן וואָס וואוינען אין דעם זעל-
מיקן לאַנד אַ.דער פאַראייניקט אונטער דער זעלביקער רעגירונג“.
אויך דער צווייטער באַטייט, וואו עס רעדט זיך וועגן אַ פאָלק
וואָס איז איינגענומען געוואָרן פון אַן אַנדערן און וואָס לעבט
אויף זיין טעריטאָריע אונטער דער הערשאַפט פון דעם באַ-
צווינגער — האָט זיך געפּאַסט פאַר אונדז אין פאַרשיידענע
תקופות פון בית-שני, ביז עס איז געקומען די צעשפּרייטונג
איבער דער וועלט. דער טערמ.ין נאַציאָנאַליטעט פאַסט זיך יאָ
42
פאַר אונדז. אָבער פּונקט אַזוי גוט קענען מיר אויסקומען מיט
דעם פשוטן און טאָגטעגלעכן וואָרט פאָלק. ווען מיר וועלן ניצן
אָט דאָס וואָרט, איז עס אין הסכם מיט שמעון דובנאַרוס באַ-
נעם : ער האָט דאָך געשריבן די געשיכטע פון יידישן פאָלק,
און ער פאַרבייט כסדר דאָס וואָרט „נאַציע“ מיטן וואָרט פאָלק
אין די „בריוו וועגן אַלטן און נייעם יידנטום“.
אָבער עס גייט ניט בלויז אין אַ וואָרט. דער עיקר איז
דאָך דער סכום אייגנשאַפטן אָדער שטריכן וואָס מע נעמט
צונויף אונטער דעם וואָרט. און דאָ איז „נאַציאָנאַלע קולטור“
געוואָרן דער אָנשפּאַר. נאָך פריער איז געווען די רייד וועגן
נאַציאָנאַלע אייגנשאַפטן, געפילן, נטיות. ווען מע נעמט צונויף
רמזים און ציטאַטן וואָס שמעון דובנאָוו ניצט, זעט מען אַז עס
האָט געהאַט אַ ווירקונג אויף אים דער דייטש ערדער פון
81טן יאָרהונדערט, און עס האָט אים געשטויסן אָנצונעמען און
צו באַרעכטיקן קולטור-נאַציאָנאַליזם — דער גרויסער רוסישער
פילאָסאָף וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו, ווייל דובנאַרו, ווען ער איז
געווען אַ יונגער משכיל, האָט געהאַט ספקות בנוגע דעם עטישן
ווערט פון נאַציאָנאַליזם. דזשאָן סטואַרט מיל ווערט ניט דער-
מאָנט אין ערגעץ ביי דובנאָוון .בשייכות מיט זיין טעאָריע, אָבער
אַזוי ווי עס איז באַקאָנט אַז אָט דער ענגלישער קולטור-פילאָ-
סאָף האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דובנאָוון בכלל, איז
בדאַי צו דערמאָנען מילס פאָרמולירונג : „נאַציאָנאָליטעט איז
באַזירט מער אויף שותפישר דערפאַרונג ווי אויף שותפישן
אָפּשטאַם, שפּראַך אָדער רעליגיע“ (ביי מילן רעדט זיך וועגן
אייגנשאַפטן פון „נאָציע“, אָבער דאָס אַרויסהייבן שותפישע
דערפאַרונג מוז שטויסן צו — הוסטאָרישער דערופאַרונג,
שותפישן היסטאָרישן גורל פון אַ צעוואָרפן פאָלק). דאָס זיינען
בלויז קליינע אָנשפּאַרן, ווען מע לאָזט זיך אַוועק זוכן די מקורים
פון דובנאָווס הויפּט-באַגריף.
די גרויסע ליטעראַטור וועגן דער נאַציאָנאָלער פראַגע אין
עסטרייך מיט די פּאָליטישע און הומאַנע באַרעכטיקונגען פאַר
נאַציאָנאָלע רעכט, וואָס דר קאַרל דענער (מיט די פּסעוודאָנימען
סינאָפּטיקוס, שפּרינגער) איז זייער פירשפּרעכער, און דאָס גרינט-
לעכע ווערק. פון אָטאָ באַוער „די נאַציאָנאַלע פראַגע“ — דאָס
אַלץ איז געקומען שוין נאָכדעם ווי שמעון דובנאָוו האָט אויסגע-
אַרבעט זיין פאָרשטעלונג וועגן דער „גייסטיקער נאַציע“ און
זיינע גרונט-פאָדערונגען פון אויטאָנאָריע.
שמעון דובנאָוו האָט כמעט אַלע געשעפּט פון אייגענע
ישישע קוואַלן. לבל הפּחות זינט די צייטן פון משה רבינו האָבן
יידן זיך באַטראַכט ווי אַ פאָלק. דאָס איז דאָך געווען ניט סתם
געפיל, נאָר ממשותדיקער מוח אין דער גאַנצער יידישער גע-
שיכטע. ווי זשע קען געמאָלט זיין אַז מיט עפּעס אַ פאָרמולי-
רונג אָדער דעפיניציע של מען פאַרשטעלן אָדער פאַרלייקעגען
דעם בולטן היסטאָרישן פאַקט ז גיטאַ קיין ספק אַז מיר ישן
זיינען אויך איצט אַ פאָלק. די פראַגע איז נאָר : וואָס פאַר אַ מין
פאָלק ז
שוין דער חומש רופט אונדז אָן „גוי קדוש“ און „עס קדוש“.
דער געדאַנק וועגן דער באַזונדערקייט — נאָרמער, דער היילי-
קייט — פון דער יידישער פאָלקדשפט גייט דורך ווי אַ רויטער
פאָדעם דורך אונדזער גאַנצער רעליגיעזער קולטור. דאָס באַ-
זידט זיך אויף דעם וואָס יידישע אמונה און ישישע פאָלקישקייט
זיינען לאַנגע יאָרהונדערטער געווען היינו-הד. ישראל ואורייתא
איז געווען חד. ערשט אין יאָרהונדערט פון אויפקלערונג, אין
דעם 81טן פון דער קריסטלעכער עראַ, האָט פאַר אַ קליינעם
טייל פון אונדזער פאָלק זיך באַוויזן אַ שפּעלטל אין אָט דער
צוריאייניקייט. אין 91טן יאָרהונדערט איז געקומען אַ קאָנטי-
קער ריס. איצט, אין מיטן מעסטן יאָרהונדערט, איז גרויס די
צעטומלעניש און דער פּירוד-לבבות : זיינען מיר יידן אַ פאָלק
אין וועלט-מאָסשטאַב ז וואָסער מין פאָלק זיינען ,מיר ז זיינען
מיר ווי אַלע אַנדערע פעלקער ז זיינען מיר אַנדערש פון אַלע
אַנדערע פעלקער ז
יידן זיינען ניט מער קיין פאָלק — דאָס האָט געזאָגט די
אַסימילאַציע ווי אַ באַרעכטיקונג זיך צו אַסימילירן. יידן קענען
ווידער ווערן אַ נאָרמאַל פאָלק, אויב זיי וועלן זיך צוריקקערן
אַהיים קיין ציון — האָט געזאָגט דער קלאַסישער ציוניזם פון
הערצל און נאָרדאַו. יידן זיינען געווען, זיינען געבליבן און וועלן
ווייטער בלייבן אַ פאָלק אומעטום וואָו זיי לעבן — דאָס איז
שמעון דובנאַרוס שיטה. דאָ איז ניטאָ קיין שום אויב פון דרויסן,
און דאָך איז דאָ שטילערהייט פאַראַן אַן אויב פון אינעווייניק :
אויב יידן וועלן עס וועלן ! וועגן דעם אַ ביסעלע שפּעטער. נאָר
פריער דאַרף מען זיך אומקערן צו דעם טראַדיציאָ שטאַנד-
פּונקט.
דער טראַדיציאָנעלער געדאַנקען-גאַנג איז געווען אַזאַ :
יידן זיינען געוואָרן אַ פאָלק, יידן זיינען געבליבן אַ פאָלק צוליב
דער תורה ; די תורה קומט אויפן ערשטן אָרט, איז ערשטיק,
און דאָס פאָלק קומט אויפן צווייטן אָרט, איז צוריטיק. אין די
לעצטע עטלעכע דורות האָבן מיר גענוג אַזעלכע יידן וואָס די
תורה גייט זיי כלל ניט אָן און נאָך מער אַזעלכע וואָס זי גייט
זיי גאַנץ ווייניק אָן. אָבער איצט האָבן מיר אויך אַ סך יידן וואָס
טראַכטן אַז די תורה (אין דער פולער אָדער אין אַן אַרומגעשני-
טענער מאָס) איז צוליב דעם יידישן פאָלק. דאָס נאַציאָנאַלע
געפיל איז אין אַזאַ פאַל שטאַרקער ווי דאָס רעליגיעזע. דער
אַלטער טראַדיציאָנעלער מלבוש איז דאָ איבערגעדרייט אויף
דער לינקער זייט. אַזאַ איבערגעניצעוועטן גאַרניטער טראָגן
די אַלע וואָס רעדן וועגן אַ רעליגיעזער ראַם פאַר אונדזער קיום
דאָ אין אַמעריקע.
זאָל אונדז זיין קלאָר אין וואָס עס באַשטייט דער עיקר פון
אָט דער טעאָרעטישער מחלוקת. אַז די תורה איז היסטאָריש
געווען דער פּאַנצער פון פאָלק ישראל, די פעסטונג ווען מען
איז געווען באַלאַגערט פון רשעותדיקע אומות העולם- — וועגן
דעם זיינען אייגנטלעך קיין חילוקי-דעות ניטאָ. עס איז אויך
בלי ספק אַז די חכמי-התלמוד זיינען שוין גאַנץ באַוואוסט-
זיניק געגאַנגען אויפן וועג פון באַוואָרע.נען די יידישע אומה,
ווען זיי האָבן געבויט אַן אַרומצאַמונג אַרום אַן אַרומצאַמובּר,
געמערט אַ סיג צו אַ סיג. די גמרא זאָגט אָפן : מע האָט פאַר-
ווערט גויאיש ברויט כדי ,מע זאָל ניט . . . טרינקען גויאישן
וויין, און מע האָט פאַרווערט גויאישן וויין, כדי מע זאָל ניט
חתונה האָבן מיט גויאישע טעכטער. אויף זיין גראַציעזן אופן
האָט עס אַזוי געראָטן פאָרמולירט אַחד-העם : דער שבת האָט
נאָך אין אַ גרעסערער מאָס אָפּגעהיט דאָס ישישע פאָלק איידער
דאָס יידישע פאָלק האָט אָפּגעהיט דעם שבת. אָבער די מחלוקת
גייט ניט בנוגע דעם וואָס עס איז געווען, נאָר וועגן דעם וואָס
וו(וט אָדער קען זיין.
און דאָ איז דובנאַרוס שטעלונג קלאָר און בולט, און — מיר
דעכענען — אויך באַלערנדיק און וועטרחעדיש. זיין שיטה
זאָגט : אויפן ערשטן אָרט איז געווען, איז איצט און האָרף
ווייטער בלייבן דאָס ישישע פאָלק. די תור.א די ישישע אמונה
איז אַ —פונג פון דעם יידישן פאָלק, איז אַ טישׁ פון דער קול-
טור פון פאָלק. און ווי וויכטיק דער טייל זאָל ניט זיין אין אונ-
דזערע אויגן — איז עס רק נאָר אַ טייל פון דעם פאַלקס
קולטור. איבער דער היסטאָרישער צונויפגעוואָקסגקייט צווישן
פאָלק און זיין תורה רייסט מען פאַקטיש איבער אויך מיטן
פאָלק, ווען מע שליסט זיך אָן אין אַן אַנדער רעליגיעזער גרופּע
(דאָ איז זייער קלאָר דער חילוק צווישן דעם לאָגיסט זשיטלאַרו-
סקי און דעם היסטאָריסט דובנאָוו ז). אָבער ישן זיינען איצט
בשום אופן ניט קיין רעליגיעזע גרופּע, זיי זיינען אַ פאָלק,
אָדער אַ נאַציע אין דובנאָווס טערמי.נאָלאָגיע, אָדער אַ נאַציאָ-
נאַליטעט אין דער באַגריפן-וועלט פון קעמפערס פאַר רעכט
פון נאַציאָנאַלע מיעוטים. אָן אַ בולטן ראַסן-טיפּ, אָן אַ מלוכה-),
אָן אַ טעריטאָריע וואו עס זאָל וואוינען דאָס רוב פון פאָלק, אָן
אַ שפּראַך וואָס זאָל פאַראייניקן אַלע גלידער פון דער גרופּע
— זיינען יידן דאָך אַ פאָלק, ווייל יידן זיינען אַ קולטור-היס-
טאָרישע גרופּע מיטן באַוואוסטזיין פון אַ פאָלק. עס בינדט צו-
נויף שורשישע געשיכטלעכע דערפאַרונג, שותפישער גורל,
שותפישע קולטור, שותפיש פאָלקס-באַוואוסטזייז. און ווען עס
רעדט זיך וועגן אַ יחיד, איז אויך דער ענין קלאָר : אַ יש איז
דער וואָס פילט אַז ער איז אַ ייד, וואָס איז אַ יש אין זיין באַ-
וואָוסטזיין.
ניט קיין דאָגמע און ניט קיין חקירה איז דאָ דער אָנהייב
פון באַטראַכטונג, נאָר דער היסטאָרישער פאַקט פון אונדזער
פאָלקיש זיין אויף דער וועלט אויך צוויי טויזנט יאָר פון גלות,
ווי אויך דער פאַקט פון אונדזער איצטיקן פילן זיך און קוקן
אויף זיך ווי אויף יידן, אינדיווידן וואָס געהערן צו אַ גרופּע-
אינדיוויד — ישיש פאָלק. דאָס סוביעקטיווע ביי דעם יחיד
י) איצט, ווען מיר האָבן שוין אַ ישישע מדינה, בלייבט סייווי דער
זעלביקער געדאַנקען-גאַנג, כל-זמן אין דער מדינה לעבט ניט האָט רוב
פון אונדזער פּאָלק.
דעם ייד און דאָס אָריעקטיווע פון אונדזער געשיכטע ווערט
דאָ צונויפגעשמאָלצן אינאיינעם.
גרונט-ראגריפן דאַרפן גענומען ווערן היסטאָריש. דאָ האָט
דובנאָוו זיכער זיך צונוּיפגעטראָפן מיט די אידישן פון דעם
דייטשישן פילאָסאָף ווינדעלבאַנד, וואָס ער ציטירט אין דער
איבעררעדאַגירטער פאָרעם פון זיין ערשטן בריוו. ווינדעל-
באַנד זעט די מענטשלעכע געשיכטע ווי די אַנט ויקלונג פון
באַזונדערע קולטור-סיסטעמען. לויט דובנאָוון איז עס אַ סינאָ-
נים צו נאַציאָנאַלער קולטור. אַזוי ווי אַלע אַנדערע, דאַרף
אויך די יידישע „קייטור-סיסטעם“ באַטראַכט ווערן דורך דעם
גאַנצן היסטאָרישן וועג וואָס זי מאַסט דורך. אין דער ערשטער
קולטור-סטאַדיע איז מכריע דער שותפישער אָפּשטאַם, דער
שטאַם, דער שבט אָדער אַפילו אַ פאַרבאַנד פון שבטים. אין
אַ ווייטערדיקער אַנטוויקלונג-סטאַדיע איז דער וויכטיקסטער
פאַקטאָר טעריטאָריע און געורינטלעך אויך מלוכה. אונדזער
פאָלק האָט אַזוי פיל ווערטיקס און דויערדיק.ס געשאַפן אויפן
שטח פון קולטור ביי אָט די דאָזיקע סטאַדיעס, אַז עס האָט
געקאָנט פאַרבלייבן אויך אויף ווייטער אַ קולטורעלע בשותפות-
דיקייט, ווען יידן זיינען מער ניט געווען קאָנצענטרירט אויף
איין טעריטאָריע. אין דער דריטער, דער העכסטער סטאַדיע
פון אונדזער אַנטוויקלונג זיינען מיר פאַרבליבן אַ צווישן זיך
געבונדענע קולטור-היסטאָרישע גרופּע, דאָס הייסט מיר זיינען
געוואָרן אַ גייסטיקע נאַציע. מיר האָבן ניט מער קיין מאַטעריע-
לע סימנים פון בינדונג, נאָר בלויז גייסטיקע (בבל אופן אויף
וויפל עס רעדט זיך וועגן עיקרדיקע סימנים). מיר יידן זיינען
אין דער העכסטער פאַזע פון אַנטוויקלונג פון דעם פענאָמען
וואָס הייסט אַ היסטאָריש פאָלק.
אַ ציבור וואָס האָט געשאַפן אַ שותפישע קולטור, געניסט
די דאָזיקע קולטור, פּראָדוצירט זי דריטער און געברויכט זי וויי-
מער — איז אַ גייסטיקע נאַציע. און דאָס איז די העכסטע
!מדרגה פון אַ נאַציע, און דאָ זיינען פאַראַן די טיפסטע פאַרבינ-
לונגען, די סאַמע נשמהדיקע. אונדזער פאַרשרפט נאַציאָנאַל
באַוואוסטזיין זאָגט עדות אויף דער גרונטיקייט און דער ממשות-
דיקייט פון די בינדונגען צווישן דעם יידישן יחיד און זיין
פּאָלק. די אָנשטרענגנג פון נאַציאָנאַלן ווילן ווייטער צו זיין האָט
92
אונדז דורכגעטראָגן דורך אַלע פּורעניותן פון דער מאַרטירער-
געשיכטע, און אָט די אָנשטרענגונג פון נאַציאָנאַלן ווילן וועט
קענען אויך ווייטער באַוואָרענען אונדזער קיום, און באַוואוסטזיין
און ווילן זיינען דאָך גייסטיקע מוחות. זיינען מיר יידן אַ גייס-
טיקע נאַציע, וואָס זי דאַרף פֿאַרשטייט זיך אַ צאָל מאַטעריעלע
באַוואָרענישן (למשל, מע דאַרף זי פּשוט לאָזן לעבן און זי לאָזן
לעבן ווי זי וויל), אָבער זי ווערט אין תוך אויפגעהאַלטן ווי אַ
נאַציאָנאַלער אינדיוויד דורך די אייגענע גייסטיקע מוחות.
שמון דובנאָוו זעט ניט אין דעם עפּעס וואָס איז ניט נאַ-
טירלעך, וואָס זאָל זיין אַן אייגנשאַפט בלויז פון איין פאָלק. די
מ רגה פון אונדזער גייסטיקייט איז נאָר אַ הויכע און איז
בולטער, ווייל אונדז פעלן אַ צאָל ניט-גייסטיקע סימנים. אין
תוך ווערט יעדער קולטור-פאָלק פאַראייניקט דורך גייסטיקייט.
אַן ענגלענדער, וואָס ער און אַפילו זיינע עלטערן זיינען געבאָרן
געוואָרן ערגעץ אין אַ ווייט לאַנד, בלייבט אַן ענגלענדער, ווייל
ער איז אַ פּראָדוקט, אַ טרעגער און אַ געניסער פון דער עמלי-
שער קולטור פון זיין פאָלק. דעריבער דאַרף מען ניט באַטראַכטן
ווי אַ נס וואָס אַ ייד ערגעץ אין אַ העק צווישן ניט-יידן פילט
זיך געבונדן מיט דעם גאַנצן צעוואָרפענעם יידישן פאָלק. אָט
דער פאַראיינזאַמטער ייד, אָדער אַ גרופּע יידן אַוודאי, איז אַ
פּראָדוקט פון אַ לאַנגער היסטאָרימער אַנט רקלונג. אונדזער
פאָלק האָט דורבגעמאַכיט אַלע נויטווענדיקע פאַזעס אין דער
אַנטוויקלונג פון אַ גייסטיקער נאָציע, און אין יידישע מיט-
ברידער, אין אַלע פאָלקסברידער לעבט דער רעזולטאַט פון
אונדזער גאַנצן היסטאָרישן דרך. שמעון דובנאַרו איז געווען
יישר ווייט פון מליצה: עס וועט אפשר דין קעגן זיין געש—ק
אָבער אין זיין גייסט, אויב מיר וועלן זיך דערלויבן צו זאָגן :
אין דער נשמה פון דעם יידישן יחיד ברענט דער נר-תמוד פון
דער יידישער אומה.
די נאַציאָנאַלע אַנטורקלהנג איז אַ בסדרדיקע אַנטוויקלונג
אין דער טיף. מיט יעדער דור ווערט מען מער נאַציאָנאַר
געבונדן. איז די גאַנצע לאַנגע געשיכטע אונדזערע, אַ געשיכטע
מיט בייטענישן און ווייטענישן, אַ געשיכטע פון געראַנגל און
פון גייסטיקע אויפשטייגן — דער צעמענט און די גאַראנטיע
פאַר אונדזער פאָלקישן קיום. אַדאַנק אוגחער געשיכטע זיינען
08
מיר מער יודן, דאָס הייסט .מער געבונדן צווישן זיך, ווי מיט-
גלידער פון אַ פאָלק מיט ווייניקער היסטאָרישע דערפאַרונגען
זיינען צונויפגעקלעפּט אין זייער פאָלקסטום. פאַרשטייט זיך אַז
ביי אַ צעזייט פאָלק ווי מיר זיינען בושעווען אויך די בייזע
ווינטן וואָס רייסן אַוועק פון צענטער, און מיר האָבן תמיד גע-
ליטן פון דעם וואָס שוואָכערע זיינען אָפועשטאַנען פון אונדזער
בלוטיקן גאַנג דורך דער געשיכטע פון דער מענטשהייט. אָבער
די וואָס זיינען געבליבן זיינען מיט יעדער דור געוואָרן רק מער
און מער איינגעפּאַוצערט אין זייער אָנגעהעריקייט צום פאָלק.
די נאַציאָנאַלע קולטור שאַפט אַ נאָציאָנאַלן טיפּ. וואָס די
אַנטוויקלונג איז לענגער, איז רייכער, איז קאָלירפולער — אַלץ
בולטער, אַלץ אויסטערלישער איז אָט דער נאַציאָנאַלער טיפּ.
בכן איז ניט קיין איבערנאַטירלעכער נס, נאָר אַ רעזולטאַט פון
נאַטירלעכער קולטור-אַנטוויקלונג הן אונדזער בולטער יידישער
טיפּ, הן דער וואונדערלעכער פאַקט אַז מיר זיינען געבליבן אַ
פאָלק דורך צוויי טויזנט יאָר פון גלות. נאָך מער — אייגנטלעך
זיינען מיר כסדר געוואָרן מער פאָלק ! מיר זיינען אַנדערש ווי
די טעריטאָריעלע פעלקער, מיר זיינען אייגנאַרטיק, אָבער עס
שטעקט ניט אין אונדז איבערנאַטירלעכס. מיר זיינען ניט ווי
עפּעס אויסדערוויילטע מחוץ די ראַמען פון דער מענטשלעכער
געשיכטע, אָבער אין אָט די אַלגעמיינע ראַמען זיינען מיר אין
אַ צאָל וויכטיקע פּרטים די פאָרויסגייענדיקע און די געשיכטע-
בחרתנו. און דער וועג פון דער מענטשלעכער געשיכטע פירט
צום באַפרייען זיך פון געאָגראַפיע, פירט צו פאַרטיפונג פון
קולטור און צו גייסטיקע נאַציעס.
דאָס יידישע פאָלק איז דער באַשאַפער און דער באַשאַף
פון זיין אייגענער געשיכטע, „דער פּועל און די פּעולה“. מיר
יידן שטייען אַזוי ווי אויף אַ באַרג, צונויפגעהויפנט פון אַלע
פריערדיקע דורות. אונדזער קולטור איז רייד און פאַרשיידנ-
דיק. זי באַזירט זיך אויף דעם אייביק-בלייבנדיקן אופטו פון
פאָלק — דעם עטישן מאָנאָטעאיזם. אונדזער קולטור איז דורכ-
געלויכטן מיט דעם חזיון פון דעם נביא, דורכגעגייסטיקט מיטן
פּאַטאָס פון קידוש-השם, דורכגעזאַפּט מיט מידות-טובות און
איידלסטן בין-אָדם-לחברו. אונדזער פאָלק איז צונויפגעבונדן
מיט אייגענעם שטייגער, אייגענע פירונגען, מנהגים, וואָס די
צייט האָט זיי גערייניקט און די געשיכטע האָט זיי אַזוי ווי פילט-
רירט. אַור-אי זיינען מיר ניט גענוג גוט. אָבער עס איז פאַראַן
אין אונדז דער ווילן און די מיגלעכקייט צו באַנייאונג, צו רענע-
סאַנס, צו אַ נייער גרויסער תקופה פון קולטורעלן שטייגן. מיר
דאַרפן ווייטער באַוואָרענען אונדזער קולטור-אַנטוויקלונג דורך
גאַראַנטירן פאַר זיך אַן אויטאָנאָם לעבן און דורך יידישער
דערציאונג וואָס זאָל כּולל זיין אין זיך אַלע אונדזערע ווערטן.
מיר זיינען אַ גייסטיקע נאַציע, אַנדערשדיק און אייגנאַרטיק.
און אַזאַ דאַרפן מיר אויך פאַרבלייבן. אַ גייסטיקע נאַציע איז
ניט נאָר אַ העכערע מדרגה אין דער אַנטוויקלונג, ניט נאָר מער
און טיפער — נאָר אויך עטישער ווי אַ פּאָליטישע נאַציע. מיר
ווילן קיין זאַך ביי קיינעם ניט פאַרבאַפּן, קיינעם ניט פּוגע זיין.
דובנאָוו ציטירט מיט צופרידנקייט און באַיאָאונג מתתיהו אַחרס
אונטערשייד צווישן „מאַכט-נאַציאָנאַליזם“ און „קולטור-נאַציאָ-
נאַליזם“. אונדזער גייסטיקער נאַציאָנאַליזם, האַלט דובנאָוו,
וויל נאָר אַנטוויקלען דעם אייגענעם נאָציאָנאַלן איך און מיט
אָט דעם באַרייכערן די מענטשלעכע קולטור. מיר ווילן בלויז
בלייבן לעבן ווי אַן אייגנאַרטיקער נאַציאָנאַלער אינדיוויד, ווי
אַ פאַרבאַנד מיט אַן אייגן פסיכיש-שטייגעריש פּנים. מיר האָבן
אומבאַשטרייטלעכע היסטאָרישע און דעמאָקראַטישע רעכט צו
לעבן אין די אַלע לענדער וואו מיר לעבן, ניט נאָר אַדאַנק דעם
וואָס מיר האָבן שוין געשאַפן פאַר זיך און פאַר דער מענטשהייט,
נאָר אויך אין נאָמען פון דעם וואָס מיר וועלן נאָך שאַפן. מיר
זיינען ניט קיין פאַרגליווערונג פון אַמאָל, נאָר פול מיט עוואָ-
לוציאָניסטישן אימפּעט וואָס שטויסט אונדז צו ווייטער און צו
אַנדערש און צו געטרי,פט צו זיך גופא.
פאַרשטייט זיך אַז עס איז לעכערלעך די מורא אַז אונדזער
קולטור-נאַציאָנאָליזם זאָל גאָר קענען זיין אַ סתירה צו אונדזערע
התחייבותן ווי בירגער פון אַ לאַנד. דאָס ליגט גאָר אין אַן
אַנדער פלאַך.
אונחער בוונה איז ניט זיך אָפּצוזונדערן אין אַ גייסטיק
געטאָ. מיר לעבן אָבער גייסטיק אָרגעזונדערט און דורך דער
אייגענער קולטור, וואָס זי נעמט אַריין די השפּעות פון די אַרי-
מיקע קולטורן און איז פון איר זייט משפּיע אויף די. פּונקט
2
ווי דער יחיד דער אינדיוויד האָט זיך זיין פֿאַרזיכדיק לעבן, ניט
געקוקט אויף די אַלע בינדונגען מיט זיין סביבה, האָבן מיר
יידן — אַ הויך-אַנטוויקלטער נאַציאָנאַלער אינדיוויד — רעכט,
פליכט און אויך אַ מיגלעכקייט צו לעבן אונדזער פאָלקיש-
אינדיווידועל לעבן.
נאַציאָנאַלע דעגענעראַציע אָדער נאַציאָנאָלע סטאַגנאַציע
זיינען מענטשלעך און עטיש פאַר אונדז אַ חטא. נאַציאָנאַלער
רענעסאַנס איז אַ לאָזונג אַ געזעלשאַפטלעכער, אַ הומאַנער,
אַן אוניייערסאַליסטישער און אַן עטישער. עס איז דאָס נאָ-
טירלעכע ווייטער-גיין פון אונדזער גייסטיקער נאַציע. אין אָט
דער ווייטער-גיין קומט אויך אַריין דאָס אויפשטעלן אַ שעפע-
רישן קיבוץ אין ארץ-ישראל, אין דעם גייט אויך אַריין נאַציאָ-
נאַל-פּערסאָנאַלע אויטאָנאָמיע. אָבער דער עיקר שבעיקרים
איז אַ ווייטער-לעבן מיט אינעווייניקסטער פדייהייט און זיין די
אייגענע בעלי-בתים ביים פורעמען די אייגענע קולטור-שאַפונג.
אין דער שיטה איז פאַראַן אַ ים מיט אָרטימיזם, וואו עס
גיסן זיך צונויף דער טראַדיציאָנעלער בטחון מיט אַ שומר
ישראל, דער אייזערנער גלויבן אין פּראָגרעס וואָס איז אַזוי
כאַראַקטעריסטיש פאַר דער צווייטער העלפט 91טן יאָרהונדערט
און אַן אייגנאַרטיקער אָנגרענעצדיקער וואָלונטאַריזם וואָס האַלט
אַז דער רצון איז איבער אַלץ אין דער וועלט. דאָ איז פאַראַן
אַ פּאָזיטיוויזם וואָס גייט אַריבער אין אידעאַליזם. אין זיין
—ביינאַכט אויפן אַלטן מאַרק“ האָט פּרץ געשטעלט צוויי גורל-
דיקע פראַגעס : „וועלן מיר דען קענען ז“ — „קענען מיר דען
וועלן י“ אויף אָט די צירי אויסגעשריי-פראַגעס ענטפערט שמעון
דובנאָוו בפּה מלא : יאָ ! יאָ !
און אויב אַפילוּ מיר זאָלן ניט קענען ביישטיין דעם יצר-
הרע פון סקעפּסיס און מיט אַ יידישלעכן שמייכל אַ זאָג טאָן :
„הלוואַי פון שמעון דובנאָווס מויל אין גאָטס אויערן“ — לאָמיר
ניט בלייבן ביים שמייכל פון ספק, נאָר אויך אַ טראַכט טאָן —
ווי בויעריש, ווי מוט-פאַרפלאַנצעריש, ווי טרייסט-קוואָליק
עס איז אָט דער אָפּטימיסטישער איינשטעל, אַז אונדזער עתיד
איז אָפּהענגיק פון אונדז אַליין, פון אייגענעם ווילן ; ווי נייטיק
עס איז די שיטה אַז מיר האָבן מוחות אין זיך מיט וואָס צו לעבן,
אַז מיר האָבן גענוג וויזיע צוליב וואָס צו לעבן.
שמעון דובנאָווס אויטאָנאָמיזם
קלאַסישע פּאָעטן האָבן ליב געהאַט צו שרייבן וועגן דער
מוזע וואָס אינספּירירט זיי און זאָגט זיי אונטער ווערטער און
מעטאַפאָרן. ביי יידישע מקובלים איז געווען די פאָרשטעלונג
וועגן דעם „מגיד“ וואָס קומט און זאָגט אויס די סודות פון
דער תורה. אברהם ליעסין האָט געזונגען וועגן דער שכינה
פון יידיש וואָס „אין שלאָפלאָזע נעכט פלעגט זי קומען . . . אין
איר ליבער גענאָד“. און שמעון דובנאָוו האָט איין מאָל י)
זיך אויסגעדריקט אינגאַנצן ערנסט און דאָך מיט אַ טראָפּעלע
שפּאַס : „די געשיכטע האָט זיך צו מיר באַוויזן און האָט מיר
אָנגעוויזן דעם ריכטיקן וועג צו דעם סינטעז“ — אויטאָנאָמיזם.
אין גאָר אַן אַנדער זינען ווי העבעל, אָבער געטריי דער מאָדע
פון דער צווייטער העלפט פון 91טן יאָרהונדערט צו ניצן דעם
דריילינג : טעזיס, אַנטיטעזיס, סינטעז, שטעלט דובנאָוו אויף
אין דעם פערטן פון זיינע באַוואוסטע „בריוו“ (—ויטאָגאָמיזם
ווי דער יסוד פון דער נאַציאָנאַלער פּראָגראַם“) אַזאַ דרייפאַזיקע
כוואַליע אין דער יידישער געשיכטע : אָפּגעזונדערטקייט — ווי
דעם גרונטשטריך פון יידישן לעבן ביז צו דער פראַנצייזישער
רעוואָלוציע, אַסימילאַציע — ווי אַ שטאַרקע טענדענץ אין דעם
גאַנצן 91טן יאָרהונדערט, א.ויטאָנאָמיזם — ווי דעם יסוד פאַר
דער יידישער לעבנס-פּראָגראַם אין דעם 02סטן יאָרהונדערט.
אויטאָנאָמיזם איז ביי דובנאַרון הן דער דרך-המלך פאַר
דעם יידישן עתיד, הן דער קורצער תמצית פון דעם לאַנגן ישישן
עבר. אין ערשטן באַנד פון דער „אַלגעמוונער ענציקלאָפּעריע“
(כידוע, אַרויסגעגעבן פון דובנאָוו-פאַרד) פאָרמולירט דער גרוי-
מער היסטאָריקער דעם ענין זייער קורץ און קלאָר : „דאָס
יידישע פאָלק האָט זיגט די עלטסטע צייטן געלעבט צוּוישן פרעמ-
י) אין יאָר 1—1, נאָכן אָנשרייבן אַ פּאָל מאָנאָגראַפיעס פון ישימער
געשיכטע במשך פון די יאָרן 6ש1—1—1.
דע פעלקער און האָט געקענט אָפּהיטן זיינע נאַציאָנאַלע אייגנ-
שאַפטן נאָר דורך אייגנגעזעצלעכקויט (ווערטלעכער טייטש פון
דעם גריכישן וואָרט אויטאָנאָמיע), דאָס הייסט דורך אייגענע
געזעלשאַפטלעכע און קולטורעלע אינסטיטוציעס“. ער הייבט
אָן מיט דער יידישער אָרגאַניזירטקיש אין בבל נאָכן ערשטן
חורבן, ער נעמט אַריין די טעריטאָריעלע אויטאָנאָמיע אין
יהודה, אָרגאַניזירט פון עזרא און נחמיה ; ער ציט דריטער די
ליניע דורך די יידישע „סינאַגאָגעס“ (דאָס הייסט פאַרזאַמלונגען.
קהילות) אין דער גריכיש-רוימישער וועלט, קומט צו דעם
גרויסן צענטער אין בבל נאָכן צוריטן חורבן מיטן ראש-הגולה
(ריש-גלותא) און פירט ווייטער די היסטאָרישע קייט דורך
שפּאַניע און דורך אַלע יידישע קיבוצים אין מערב-אייראָפּע
ביז צו דעם פּראַכטיקן פונאַנדערבוי פון יידישער אויטאָנאָמיע
אין פּוילן. אויפן סמך פון אָט דער קייט האָט שמעון דובנאַרו
אייגנטלעך איבערגעשריבן די גאַנצע יידישע געשיכטע. ער
האָט זי איבערגעשריבן, ווייל ער האָט זי געזען אין אַן אַנדער
ליכט.
ניט אָן שטאָלץ הייבט שמעון דובנאָוו אַרויס אַז דאָס צו
וואָס די עסטרייכישע טעאָרעטיקערס פון נאַציאָנאַלער אויטאָ-
נאָמיע זיינען געקומען אויפן סמך פון איצטצייטיקע שוועריקייטן
און פּראָבלעמען, איז אייגנטלעך כמעט צו דעם זעלביקן אויס-
פיר געקומען דער יידישער טעאָרעטיקער פון אויטאָגאָמיזם
אויפן יסוד „פון דער דערפאַרונג פון אונדזער פאַרגאַנגענהייט“.
די אידיי פון אַ טעריטאָריעלער אויטאָנאָמיע איז אייגנטלעך
פשוט, אָבער נאָר פּערסאָנעלע אויטאָנאָמיע, וואָס זי פאַרטיידיקט
אויך די קלענערע גרופּעס, די נאַציאָנאַלע שפּליטערס — נאָר
זי איז ביזן סוף דעמאָקראַטיש, נאָר זי זי איז אינגאַנצן יושר-
דיק, הן ווען מע גייט צו פון שטאַנדפּונקט פון פאָלק, הן ווען
מע באַזירט אַלץ אויף רעכט פון דעם יחיד.
ברי זיך ניט אומצוקערן מער צו געשיכטע, זאָל דאָ עטלעכע
מאָל אונטערגעשטראָכן ווערן : שמעון דובנאָוו האָט גאַנץ גוט
געוואוסט אַז שוין די אויטאָנאָמיע אין בבל און שפּעטער די
פאַרשיידענע מינים אויטאָנאָמיע אין אייראָפּע און באַזונדער
טאַקע אין פּוילן — זיי האָבן זיך געקאָנט פונאַנדערעויען, ווייל
די מלוכה איז געווען פאַראינטערעסירט אין יידישער אָרגאַ-
גיזיר-טקייט. עס איז גרינגער געווען איינגהמאָנען שטישרן פת
אַ כלל ווי פון יעדן יידן באַזונדער. עס איז אויך געווען גרינגער
אַרויפצוּלייגן ספּעציעלע און טאָזוגדערע שמושרן, כּלערליי
געלטשטראָפן ; עס איז געווען טאָקוועמער צו קריש אין אַן
ענגער שעה שטייערן פאָרויס אָדער אַרויפלייגן די אומבאַרעכ-
טיקטסטע קאָנטריבוציעס — אויף אַ קהילה, אויף אַ ציבור. דער
יידישער קהל איז געווען די שטענדיק.ע מעלקעדיקע קו פע
הערשערס און מלכים. האָט מען איר געמוזט צואוואַרפן אַ בינטע
ריי. דעריבער האָבן קיין פּרינציפּיעלע חידושים ניט אויפגע-
טאָן יענע דובנאָווס תלמידים וואָס האָבן זיך מער אָפּגדשטעלט
אויף אָט דעם פיסקאַלן מאָמענט פון דער יידישער אויראָגאָמיע
אין .פאַרשיידענע צייטן. דובנאָות — און אונדז אַלעמען —
גייט דאָך אַ סך מער אין דעם, וואָס יידן האָבן אויפגעטאָן
פאַר זיך. עס גייט אין דעם ווי יידן האָבן אויסגעניצט פאַר דעם
אינעווייניקסטן לעבן יענע מעגלעכקייטן וואָס האָבן זיך געעפנט,
ווען מע האָט דערלאָזט אַ פּאָרציע ישישע אָרגאַניזירטקייט.
דובנאָוו האָט אויך קלאָר פאַרשטאַנען אַז אין דער שיט
פון אַ שטאַנדן-מלוכה איז דער ענין ארטאָנאָמיע געווען מעגלעך
פאַר יידן אויך דאָרטן, וואָו קיין שום אַנדער נאַציאָנאַלער מיעוט
איז ניטאָ, ווייל יידן זיינען אין תוך געווען אַ באַזונדערער ש—נד.
דעריבער האָט ער זיך געמיט אויסצוטייטשן אַז איצט איז עס
אַן ענין פון פאָליטיק פאָדערונגען, פון פאַרטישישע פּראָגראַ-
מען אין פון אַ קאַמף זיי צו קענען דורכפירן אין לעבן. אין
שמעון דובנאָווס באַטראַכטונגען גייט קיינמאָל ניט אַריין דער
מאָמענט : מע דאַרף אויפשטעלן וואָס עס איז געווען אַמאָל
— ניין, מע דאַרף אויפבויען נייס וואָס פּאַסט זיך אַריין אין דער
היינטצייטיקייט. גאָר דאָס גיש ראזירט זיך אויף געשיכטע.
וואָס איז דער תוך פון אויטאָנאָמיזם ז האָט איז די שטרע-
בונג צו מאַקסימום אינעוויעיקסטער אומאָפּהענגיקייט פון דעם
ג—ט אַרום. דאָס איז די מעגלעכקייט פון קולטורעלער
און גייסטיקער פאַרזיכדיקייט. דער עיקר זיינען ניט די פּאָלי-
מישע פאָרמען, ניט די דרויסנדיקע אָרגאַניזאַציע. דער עיקר
איז די באַוואָרנטקייט אַז מע זאָל קענען אויפהיטן און ווייטער
אַנטוויקלען די אייגענע קולטור, אָפּהיטן, אויפהיטן און ווישער
אַנטוויקלען די אייגענע פאָלקישע פּערזענלעכקייט.
פּאָליטישע באַדינגונגען בייטן זיך און זיי זיינען ניט גלייך
אין פאַרשיידענע לענדער. זיי זיינען אָפּהענגיק פון לאָקאַגער
געשיכטע, אָפּהענגיק פון רעזשים, פון דער מדרגה דעמאָקראַ-
טישקייט וואָס מע האָט דערגרייכט אין אַ באַשטימט לאַנד.
אָבער דאָך זיינען אַ סך מאָמענטן פון אויטאָנאָמיזם אומעטום
די זעלביקע. צי קען מען געבן די קינדער אַ יידישע דערצי-
אונג ז צי קען מען אויפהיטן די אייגענע שפּראַך אָדער די
אייגענע שפּראַכן ז צי קען זיין באַוואָרנט די פולע פרייהייט
פון רעליגיעזן לעבן ז צי קען מען האָבן אייגענע צייטונגען,
אייגענע אויסגאַבעס און ביכער ז צי איז מען פריי פון דרויסנ-
דיקע מניעות פאַרן גאָרן קולטור-לעבן ז צי קען מען זיך אומ-
געשטערט אָרגאַניזירן אין כּלערליי פאַראיינען, פאַרבאַנדן ז און
נאָך אַזעלכע פונדאַמענטאַלע ענינים.
מע דאַרף ניט מיינען אַז אין אַ דעמאָקראַטיש לאַנד זיינען
ניטאָ קיין שוועריקייטן פאַרן פולן אויטאָנאָמיזם. אָט נעמט
אַפילו רעליגיעזע פרייהייט אין אַ קריסטלעך לאַנד. עס איז
דאָך ניט גענוג צו קענען פריי בויען סינאַגאָגעס אָדער פריי
קומען דאַוונען. עס גייט אויך אין דעם, מע זאָל קענען האַלטן
אָפן די קראָם זונטיק, אויב מע האַלט זי פאַרמאַכט שבת. דאָ
איז איינגעשלאָסן אויך דער רעליגיעזער מאָמענט, ווייל על-פּי
דובנאָוון איז עס אַ טייל פון דער יידישער נאַציאָנאַלער אויטאָ-
נאָמיע. אָבער ווי פאַרשיידן עס זאָלן ניט זיין די גרופט-עלע-
מענטן אין פאַרשיידענע צייטן און אין פאַרשיידענע פּאָליטישע
באַדינגונגען, איז נייטיק איינצוזען אַז עס זיינען פאַראַן אַ צאָל
עיקרדיקע פרי וואָס דאַרפן זיין מלוכהש באַוואָרנט און
וואָס זיי שטעלן עס צונויף דעם יסוד פון אויטאָנאָמיע.
אויטאָנאָמיע איז ניט קיין ספּעציעלע פריווילעגיע. ראשית-
כל איז עס אַ סכום פּרייהייסן. פון דער צווייטער זייט איז עס
אַ סכום רעכט. דאָס וואָס מע רופט „מיעוטים-רעכט“ איז ניט
עפּעס וואָס דער מיעוט האָט יאָ און דאָס רוב האָט ניט. עס איז
דער טיילווייזער יורידישער אויסגלייך פאַר אַ גרופּע אָדער
גרופּעס אין דער באַפעלקערונג פון לאַנד, וואָס אָן דעם וואָלטן
זיי ניט געווען פאַקטיש גלייכבאַרעכטיקט. עס גייט אין דעם
אַז אַ מיטגליד פון אַ מיעוט-גרופּע זאָל אין קיין שום לעבנס-
וויכטיקן פּרט ניט זיין דערונטערדיק, ניט זיין צווייטראַנגיק אין
זיין בירגערשאַפט.
וואָס מער די מלומה מישט זיך אין לעבן פון בירגער, אַלץ
נייטיקער זיינען באַזונדערע געזעצן וואָס גאַראַנטירן די אויטאָ-
נאָמיע פון אַ מיעוט. און די געשיכטע לערנט אונדז אַז דאָרטן
וואו עס זיינען געווען אַפילו צייט וויליקע, אַפילו ניט גענוג
באַפרידיקנדיקע פאָרמען פון לעגאַליזירטער אויטאָנאָמיע — האָבן
מיר יידן גענאָסן פון דעם. עס איז היסטאָריש פאַלש די ביטול-
באַציאונג צו די פאָרמען פון אויטאָנאָמיע וואָס זיינען געווען
צווישן די ביידע וועלט-מלחמות אין די באַלטישע לענדער. זיי
האָבן אויפגעטאָן ממשותדיקס פאַרן יידישן קולטור-לעבן. און
ביי געוויסע אומשטאַנדן קענען זיי זיין ניצלעך אויך פאַר דער
ווייטערדיקער אַנטוויקלונג. עס איז אויך געבליבן אַ לעקציע
אויף תמיד : די מדרגה פון אויטאָנאָמיע איז אָפרענגיק פון
דער מדרגה דעמאָקראַטישקייט אין אַ לאַנד.
שמעון דובנאָוו האָט זייער ריכטיק איינגעזען אַז די בעסטע
און די ברייטסטע מעגלעכקייטן פאַר אויטאָנאָמיע זיינען אין די
באמת דעמאָקראַטישע לענדער, וואו די פריהייט פון יחיד איז
אומגעשטערט מצד איבעריקער השגחה פון דער מאַכט. אין אַ
דעמאָקראַטיש לאַנד גאַראַנטירן שוין די אַלגעמיינע געזעצן אַ
היפּשן טייל אויטאָנאָמיע, דעם עיקר פון דער אויטאָנאָמיע.
דובנאָוו שרייסט בפירוש (אין דעם פערטן בריוו) :
„די גרעסטע פאַקטישע אויטאָנאָמיע איז פאַר יידן מעגלעך
אין די לענדער, וואו עס הערשט דער פּרינציפּ פון ניט אַריינ-
מיטן זיך אין דעם פריוואַטן לעבן פון בירגער, וואָו עס איז ניטאָ
קיין אַדמיניסטראַטיווע השגחה, וואו עס איז ניטאָ קיין צו שטאַרק
צענטראַליזירטע מאַכט. אין אַזעלכע לענדער — ענגלאַנד,
בריטישע קאָלאָניעס, פאַראייניקטע שטאַטן פון צפון-אַמעריקע
— וואָלטן יידן אַפילו איצט שוין געקענט געניסן פון אַ בריי-
מער אַליין-פאַרוואַלטונג, אויב זיי וואָלטן נאָר געוואָלט אַרויס-
גיין פון דער קלעם רעליגיעזע קהילה . זיי וואָלטן געקאָנט
האָבן אַן אייגענע קהילה-פאַרוואַלטונג, וואָס איז ניט באַגרענעצט
פון קיין שום פאָליציואָישע רעגולאַמינען, די וואָלטן געקאָנט
אָרגאַניזירן קהילה-פאַרבאַנדן, צונויפרופן נאָציאָנאַלע קאָנגרעסן,
עפענען עלעמענטאַרע, מיטעלע און העכערע שולן מיט אַ יידי-
שער נאַציאָנאַלער פּראָגראַם — און בכלל פאַרמאָגן אַלע אינ-
סטיטוציעס וואָס אונדזער אינעווייניקסטע אויטאָנאָמיע פאָדערט“.
און דובנאָוו איז מוסיף אַז דאָס איז ניט אָפּהענגיק פון באַזונדערע
געזעצן, נאָר פון אייגענעם ווילן און פון אייגענער אָרגאַניזירט-
קייט.
ווען מע דערמאָנט זיך אַז דאָס אַלץ איז פאָרמולירט גע-
וואָרן סאַמע אָנהייב דעם יאָרהונדערט, דערזעט מען ערשט
רעכט די טיפקייט און די ווייטזיכטיקייט פון אָט די ציטירטע
זאַצן. דעמאָלט איז אויך איבעריק צו רעדן וועגן דעם ווי אַק-
טועל, ווי היינטצייטיק עס איז אויך פאַר אונדז און אויך איצט
(אָדער דווקא איצט !) דובנאָווס פּראָגראַם פון יידישער אויטאָ-
נאָמיע. אויף וויפל עס איז בנימצא אַ יידיש געזעלשאַפטלעך
לעבן, די יידישע קולטור-טעטיקייט, די גאַנצע צעצווייגטקייט
פון רעליגיעזן לעבן, אונדזער גאַנצער צדקה-אַפּאַראַט, אונדזער
הילף פאַר מדיגת ישראל, אונדזערע סאָציאַלע מוסדות און אַזוי
ווייטער — אויף אַזוי פיל לעבן מיר אין, מיט און אַדאַנק אוי-
טאָנאָמיע. און אויב מיר רופן עס ניט אָן מיט אָט דעם נאָמען,
זיינען מיר נאָר ווי יענער העלד ביי מאָליערן וואָס האָט אַ גאַנץ
לעבן גערעדט פּראָזע און גאָרניט געוואָוסט פון דעם.
אַוודאי פעלן אונדז נאָך גאַנצע שטיקער אויטאָנאָמיע. מיר
האָבן ניט קיין דעמאָקראַטיש אָרגאַניזירטע קהילות, געבויט
אויף דעמאָקראַטישע וואַלן. מיר האָבן ניט קיין פאָרשטייער-
שאַפט וואָס זאָל זיין אָנערקענט און זאָל האָבן דאָס רעכט צו
רעפרעזענטירן אַלע יידן דאָ אין לאַנד. עס פעלן אונדז גענוג
אינסטיטוציעס וואָס זאָלן דערגאַנצן און פאַרפולקומען אונדזער
פונזיכדיקע אויטאָנאָמיע דאָ אין ראָנד. און האָט איז טאַקע
די אויפגאַבע פאַר אונדזער געזעלשאַפטלעכקו-ט. אָבער אין
אַזאַ פריי לאַנד ווי אונדזערס איז עס אַן ענין ניט פון קאַמף
מיט דעם דרויסן, נאָר אַ פּראָבלעם פאַר אייגענער אַנטוויקלונג,
פֿון נאַציאָנאַלן באַוואָוסטזיין און פון אינעוריניקסטער דעמאָ-
קראַטיע.
די געשיכטע פון דעם יאָרהונדערט האָט אונה געלערנט
אַז דער וועג וואָס דובנאָוו האָט אָנגעצייכנט איז ניט נאָר דער
ריכטיקער, נאָר דער אומפּאַרמייאָרעכער. און וואָו מע לאָזט
אונדז נאָר — גייען מיר אויפן וועג פון אויטאָנאָמיזם. פאַראַן
אַ כסדרדיקער אינעוריגיקסטער געראַנגל, אייגענע סתירוח,
טענדענצן פון פאַרשיידענע גרופּירונגען, איינרעדענישן וואָס
מע דאַרף גובר זיין. ס איז נייטיק אינעוריניקסטע דיסציפּלין
וואָס מע דאַרף זיך אַליין דערציען צו איר. דאָ פאַרנעמט דער
קאַמף פאַר יידישער דעמאָק.ראַטיע דעם סאַמע אויבנאָן. דאָ גייט
ניט אין דעם, צי וועלן עס ניט-יידן דערלאָזן, נאָר ראשית-בל
אין דעם, צי וועלן עס יידן וועלן. דאָ גייט אין אויסגלייכן
פאַרקרימטקייטן, אין פּטור ווערן פון השגחה מצד דעם רייכן
גבאי אָדער ביוראָקראַט. נאָך מיט יאָרן צוריִק איז אויסגעקומען
צו פאָרמולירן אַז אונדזער לעבן דאָ דאַרף פּטור ווערן פון
גבי.ראָקראַטיע, ראַבאַיקראַטיע און ביוראָקראַטיע — כדי צו
דערהייבן זיך צו אייגענער יידישער דעמאָקראַטיע וואָס זאָל
טאַקע זיין בהסבם און אין איינקלאַנג מיט עכטער דעמאָקראַטיע.
אָבער דער גאָרער וועג פון ישישן לעבן דאָ אין פֿאַנד איז
דער וועג צו מער און בעסער אָרגאַניזירטער אויטאָנאָמיע. מיר
האָבן נאָך אַ דריטן מהלך דורכצוגיין, אָבער מיר גייען אויף דעם
וועג. מען איז ממש קאָמיש, ווען אַנדערע קומען אַרויס מיט דער
טענה : שמעון דובשוס אויטאָגאָמיזם האָט זיך געפּאַסט פאַר
מזרח-אייראָפּע, האָט זיך געפאַסט פאַר לענדער מיט אַ סך
מיעוטים, האָט זיך געפאַסט פאַר די ניט אינגאַנצן פרייע רע-
זשימען. ער פאַסט זיך אומעטום ! עס איז ניטאָ קיין אַנדער
פאָרעס פאַר אַ יידיש לעבן, וואו דאָס זאָל ניט זיין, אָן דעם פּרינ-
ציפּ פון אויטאָנאָמיזם !
יעדע יידישע שול, פון וואָסער מין האָט זאָל גיט זיין, ווי
שוואַך זי זאָל ניט זיין, איז אַ טראָפּן אויטאָראָמיע. אַזוי איז אויך
יעדע יידישע אָרגאַניזאַציע. די צרה איז נאָר וואָס אין די דעמאָ-
קראַטישע לענדער איז דערביי פאַראַן אַזוי פיל צעפּיצלטקייט,
צעריטלטקייט און דערביי אַן איבעריק פאַרשווענדן די בר-ות.
עס פעלט אָפט קלאָרע איינשטעלונג, עס פעלט צונויפגענומענ-
קייט. אָפט פעלט אונדז דער דאָך איבער אונדזערע אוי.טאָ-
נאָמ.ע ברעקלעך. ניט אַלע מאָל זעט זיך אַרויס דער בנין. עס
טרעפט זיך אויך אַז אַנשטאָט אַ בנין, האָבן מיר נאָר איינציקע
געצעלטן וואָס אַ וויגט קען זיי אַוועקטראָגן. אָבער מיר וואָלטן
04
לאַנג שוין אוימגעהערט זיין וואָס מיר זיינען אָן די פילצאָליקע
און פאַרשיידנדיקע אויטאָנאָמע איעסן אָדער איינסעלעך, וואָס
מיר האָבן מיט באַוואָוסטזיניקער זאָרג אָדער מיט אומבאַוואוסט-
זיציקן אימפּעט אויפגעשטעלט וואו מיר זיינען נאָר געקומען.
פאַרשטייט זיך אַז ניט אַלץ איז אָפּהענגיק בלויז פון אונדז.
פאַראַן געוויסע זאַכן וואָס עס וועט אויסקומען זיי אַרויסצוקריגן
פון דער מדינה, פון שטאָט, פון שטאָט. אָבער ניט דאָס איז
דער עיקר אין אונדזערע פרייהייטלעכע פאַרהעלטענישן.
מיר האָבן אין געוויסע פאַלן שטאַרק געזינדיקט קעגן מעג-
לעכקייט פון אויטאָנאָמיע. ווען מע האָט אין קוויבעק (קאַ-
נאַדע) דורכגעלאָזן די געלעגנהייט צו האָבן אַן אייגענע שול-
אויטאָגאָמיע און אַנשטאָט דעם גאָר מרוצה געוואָרן צו ווערן
אַ אין נאָכשלעפּעניש פון פראָטעסטאַנטישן שול-קאָמפּלעקס,
האָבן מיר ווי בלינדע ניט דערזען אַן אוצר פאַר אויטאָנאָמיע.
ווען מיר האָבן אין מאָנטרעאָל דערפאַר אויפגעשטעלט אַזעלכע
וואונדערלעכע טאָגשולן, האָבן מיר צום טייל מכפּר געווען אונ-
דיער זינד. ווען גראָד יידן קעמפן אין מאָניטאָרא (קאַנאַדע)
קעגן דעם אַז די פּראָווינץ זאָל שטיצן די פּריוואַטע שולן, גראָבן
מיר בידים אונטער אַ פעסער יריד פון אויטאָנאָמיע (לאָמיר
האָפן אַז די פאַלשע פאַרטיליקערס פון דער אַלגעמיינער שול
וועלן דאָרטן דורכפאַלן). און דאָס איז גראָר אין דער שטאָט
וויניפּעג מיט איר אַלטער פּרץ-שול און מיט די ני,רע טאָגשולן
פון אַנדערע ריכטונגען. אָבער לאָמיר ניט פאַרגעסן : אַפילו
אַ נאָכמיטאָג-שול, אַפילו אַ זונטיק-ערל איז אַ ברעקל אויטאָ-
נאָמיע. יעדע אינסטיטוציע פון און פאַר דעם יידישן לעבן
איז אַ ציגל פון דער אויטאָנאָמיע, אַפילו אויב דער גאַנצער
בנין איז נאָך ניט אויפגעשטעלט.
ווען מיר זעען אין די לאַטיין-אַמעריקאַנער לענדער ווי אַזר
עס פורעמען זיך אויס דעמאָקראַטיש געקלבענע קהילה-פאַר-
וואָלטונגען, האָבן מיר פאַר זיך אַ בילד פון שטייגן אויפן לייטער
פון אויטאָנאָמיזם. ווען עס איז געווען אין די מאַראייניקטע
שטאַטן די קאָנגרעס-באַוועגונג, איז עס געווען אַ באַוועגונג
פאַר אָרנאָניזידטער אויטאָנאָמיע. ווען מיר האָבן אַ ילישן
וועלט-קאָנגרעס, איז עס אַ פאַרדרייטער, מע קען זאָגן אַ פאַר-
14
קריפלטער, אָבער דאָך אַ פּרואוו דורכצופירן שמעון דובנאָווס
אידיי וועגן דעם העכסטן שטאַפּל פון אויטאָנאָמיזם : דער אונ-
טערשטער — די לאָקאַלע קהילה, דער מיטעלער — די אָרגאַ-
ניזאַציע אין גאַנצן לאַנד (דער סיים לויט דער טערמינאָלאָגיע
פון די סיימיסטן), דער העכסטער — די יידישע וועלט-אָרגאַ-
ניזאַציע.
שמעון דובנאָוו האָט געחלומט אַז אָט די יידישע וועלט-
אָרגאַניזאַציע וועט מיט דער צייט ווערן אינטערנאַציאָנאַל אָנער-
קענט איך געדענק אַ רעפעראַט וועגן די .מעגלעכקייטן זיך
צו דערשלאָגן צו אַזאַ אָנערק.ענונג, וואָס עס האָט געהאַלטן דער
דעמאָלטיקער דובנאָוויסט הר מאַקס לאַזאַרסאָן (דאָס איז געווען
אין פעטראָגראַד סוף 6191 אָדער אָנהייב 7191). שמעון דובנאָוו
איז געווען דער פאָרזיצער און האָט קלוג אָנגעוויזן אַז אומ-
אָרהענגיק פון דער מעגלעכקייט עס דורכצופירן אין לעבן
אין דער נאָענטער צוקונפט, איז עס אַ נויטווענדיקער שטאַפּל
אין דער טעאָרעטישער קאָגסטרוקציע פון אויטאָנאָמיזם.
מיר זעען פראַקטישן דובנאָוויזם אין דעם גאַנצן יידישן
לעבן אַרום אונדז. איצט מער נאָך ווי פריער. און עס איז
פאַרשטענדלעך פאַרוואָס איצט מער : דאָס יידישע לעבן ווערט
אַלץ וריניקער „סטיכיש“, אַלץ ווייניקער ממילאדיק, פונזיכדיק,
גאָר דערפאַר מער באַוואוסטזיניק, מיט מער אָנשטרענגונג און
קלאָרער געצילטקייט, ווייל עס ווערט שווערער אויפצוהאַלטן
זיך ווי אַ פאָלק. וועלן מיר וועלן ווייטער לעבן ווי אַ פאָלק,
וועלן מיר ווערן באַוואָוסטזיניק אויטאָנאָמיש, וועלן מ,יר מוזן
גיין אויפן וועג וואָס שמעון דובנאָוו האָט אָנגעצייכנט.
אַזוי ווי עס בלי אויך נאָכן אויפשטעלן די יווישע
מדינה די יידישע צעשפּרייטקייט איבער דער וועלט, איז דער
אויטאָנאָמיזם פֿאַר אונדז אומעטום אַן אַקטועלע פּראָגראַם. כדי
צו בלייבן יידן לעבנדיק צווישן גיט-יידן, בויען מיר און מיר
וועלן בויען ווייטער אויטאָנאָמע פאָרמען פון אונדזער לעבן.
זעען מיר ערשט איצט איין ווי וויכטיק עס זיינען פאַר דער
צווייטער העלפט פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט די אידייען וואָס
דובנאָוו האָט זיי פאָרמולירט מיט זעכציק יאָר צוריק.
24
שמעון דובנאָווס וועלטלעכקייט
אין אונדזערע וועלטלעכע קרייזן מיינט מען ליידער גאַנץ
אָפט אַז עס איז ניט שייך צו רעדן וועגן אַ טעאָריע פון וועלט-
לעכקייט. וועגן וואָס איז דאָ זיך צו חקירהן ז מען איז ניט
פרום, מע האָט פאַרלאָרן די אמונה פון די קינדעריאָרן, מע
היט ניט אָפּ די מצוות מעשיות, מע באַלאַנגט ניט צו קיין שום
סינאַגאָגע — נו, איז מען אַ וועלטלעכער. אין אַזאַ באַנעם איז
אַלץ געבויט אויף דעם וואָס מען איז נ ים, אַלץ איז דאָ נעגאַטיוו.
און מיר ליידן טאַקע אין אונדזער פראַקטישער אַרבעט פון דעם
וואָס מיר האָבן ניט קיין קלאָרע, פון אַלע וועלטלעכע יידן
אָנגענומענע טעאָריע פון וועלטלעכקייט.
די וואָס פאַרטראַכטן זיך יאָ וועגן וועלטלעכקייט און זיינען
פון איר ניט אַוועק געפינען דעם הויפּט-אָנשפּאַר אין דער שיטה
פון דר היים זשיטלאָווסקי. מיר וועלן זיך איצט ניט פאַרנעמען
מיט איר ; אין אונדזער צוזאַמענהאַנג איז גענוג אַרויסצוהייבן
אַז זי בויט זיך אויף דעם אַז וועלטלעך און סעקולער איז היינו-
הר, און איר גרונט-יסוד איז : יידן זיינען (אָדער קענען זיין,
קענען ווערן) אַ פאָלק ווי אַלע אַנדערע פעלקער. נהיה ככל הגויים !
אין אַ גרעסערער אַרבעט, געדרוקט אין שיקאַגער שול-פנקס
(8491), האָבן מיר זיך געמיט צו באַווייזן וויפל צרות מיר האָבן
געהאַט פון אַזאַ איינשטעלונג, וואָס זי שטימט ניט מיט דער
יידישער געשיכטע און איז ניט צוגעפאַסט ניט פאַר דער יידי-
שער שול און ניט פאַר דער יידישער היים.
מיר האָבן דאָ פּשוט פאַרזען אַז אויפן גרענעץ פון פריערדיקן
און אָנהייב דעם איצטיקן יאָרהונדערט האָבן מיר געהאַט צוויי
גרויסע טעאָרעטיקערס פון יידישער וועלטלעכקייט, צוויי חברים
און גלייכצייטיק בעלי-וויכוח, און ביידע מיט קלאָרקייט און
ביידע באַוואָפנט מיט יידיש וויסן. זיי זיינען געווען אַ מין
גלגול פון יענע אַלטע זוגות וואָס האָבן אַריינגעפירט די תקופה
פון תנאים. דאָס זיינען די צוויי גרויסע זוכערס און געפינערס
פון אַ יידישן וועלטבאַנעם, אַחד-העם און שמעון דובנאָוו. זיי
האָבן געהאַט אַנדערע פאָרשטעלונגען וועגן דעם אין וואָס עס
דאַרף באַשטיין די נייע יידישקייט, אָבער ביידע האָבן זי באַגערט
און זי געזוכט. און ביידע האָבן געהאַט אַ צאָל שותפישע שטריכן
אין זייער וועלטלעכקייט.
זייערע וועגן זיינען זיך צעגאַנגען בלויז נאָכן אָפּגיין אַ שטיק
וועג צוזאַמען. איז אַחד-העם דער טעאָרעטיקער פון ציוניסטי-
שער, פון העברעאיסטישער וועלטלעכקייט, און שמעון דובנאָוו
איז דער טעאָרעטיקער פון אונדזער וועלטלעכקייט. און דער
היסטאָרישער פאַקט אַז וועלטלעכקייט על-פּי שמעון דובנאָוו איז
ניט געוואָרן גענוג פּאָפּולער אין אונדזערע קרייזן האָט דערפירט
צו בלאָנדזשענישן, וואָס מיר האָבן עד-היום זיך ניט אַרויסגע-
פּלאָנטערט פון זיי.
צום טייל שטעקט די שולד אין דער טערמינאָלאָגיע וואָס
שמעון דובנאָוו האָט געניצט. אַנשטאָט „וועלטלעך“ האָט דובנאָוו
צוויי אַנדערע ווערטער. אָדער ער ניצט דאָס פּשוטע וואָרט —
ניי, דאָס נייע יידנטום, אָדער דעם טערמין וואָס ער האָט אַזוי
ליב — נאַציאָנאַל. דער תוך איז אָבער דער זעלביקער וואָס
מיר דעקן אים מיט דעם וואָרט וועלטלעך.
דער גרויסער היסטאָריקער טראַכט כסדר אין טערמינען
פון אומאיבערגעריסענער אייגענער גייסטיקער אַנטוויקלונג.
דאָס נייע יידנטום זעט ער ערשט אין פּראָצעס פון שאַפן זיך.
אָט דער פּראָצעס איז אַ לאַנגאָניקער, מיט פאָרגייערס פון פריער
און מיט אַ ססדרדיקן גיכערן גאַנג זינט אָנהייב השכלה. אַ טייל
פון דער אויפקלערונג איז אַוועק אויף אַנטיפאָלקישע וועגן
און זיך גענייגט צו אַסימילאַציע ; דער אַנדערער טייל האָט
געפירט צו דער נאַציאָנאַלער באַוועגונג מיט אַלע אירע אָפּצווייגן.
דער ציל פון דער נאַציאָנאַלער באַוועגונג איז אינגאַנצן אויס-
צופורעמען די דרויסנדיקע און די אינעווייניקסטע מעגלעכקייטן
פאַרן נייעם יידנטום. דער וועג פון דער נאַציאָנאַלער באַוועגונג
ביי יידן איז דער וועג צו אַן אייגענעם רענעסאַנס, גענערט פון
די בעסטע היסטאָרישע זאַפטן.
אין דעם וואָס מיר רופן וועלטלעכקייט זעט ניט שמעון
דובנאָוו קיין ריס מיט דעם יידישן עבר, נאָר אַ המשך, אַ ווייטער-
44
דיקע עוואָלוציאָניסטישע אַנטוויקלונג. ער פאַרלייקנט פאַרגלי-
ווערטקייט. ער האַלט אַז מע קען ניט בלייבן ביים „אַלטן יידנ-
שום“, נאָר מע מוז באַוואוסטזיניק, באַטראַכט און אָפּגעהיט גיין
ווייטער. „פאַרן פראָגרעסיוון טייל פון יידישן פאָלק האָט רע-
ליגיע פאַקטיש אויפגעהערט צו זיין דער הויפּט-רעגולאַטאָר
פון לעבן“, און די צוקונפט פון פאָלק איז אָפּהענגיק פון זיין
פּראָגרעסיוון טייל. איז געקומען די נאַציאָנאַלע אידיי, וואָס זי
דאַרף עס איצט און אין פאָרויסגעזעענעם עתיד דורכפירן אַ
טייל פון יענע פונקציעס וואָס פריער האָט עס געהאַט גענומען
אויף זיך דער יידישער דת. „אין מיטלעלטער און אין די ערשטע
יאָרהונדערטער פון דער נייער צייט האָט דאָס נאַציאָנאַלע
אין דעם ייד זיך געהאַט צונויפגעגאָסן מיט דעם רעליגיעזן“.
„דער קולט האָט געהאַט פאַרדעקט די קולטור, רעליגיע האָט
געהאַט פאַרשטעלט די נאַציאָנאַליטעט מיט דער גאַנצער קאָמ-
פליצירטקייט פון אירע פּסיכאָ-פיזישע און היסטאָרישע פאַק-
טאָרן“. אין נאָמען פון יידישן יחיד, אין נאָמען פון פרייהייט
פון אַנטוויקלונג, פון עכטער פאַלקס-דעמאָקראַטישקייט, אין
נאָמען פון אוניווערסאַליזם (על-פּי דובנאָווס אַ ספּעציפישן אויס-
טייטש), דערעיקר אין נאָמען פון ווייטערדיקן קיום האומה,
קומט, מוז קומען די „סעקולאַריזאַציע פון דער יידישער נאַציאָ-
נאַלער אידיי“. ביי דובנאָוון הייסט עס אַז די נאַציאָנאַלע אידיי
דאַרף קריגן דעם פּרימאַט, דאַרף זיין ראש-וראונדיק, דאַרף
ניט זיין אונטערגעוואָרפן קיין דאָגמעס, דאַרף זיין דער פירנ-
דיקער פּרינציפּ.
די אַלע ציטאַטן זיינען גענומען פון דעם אויסגעצייכנטן
אַרטיקל „יידן“ אין דער גוואַלדיק אינפאָרמאַטיווער זאַמלונג
אויף רוסיש „די פאָרמען פון נאַציאָנאַלער באַוועגונג אין היינט-
צייטיקע מלוכות“, אַרויס אין פעטערבורג אין 0191. דאָרטן
געפינען מיר אַ צאָל עיקרדיקע דובנאָווישע געדאַנקען, קורץ
פאָרמולירט. דאָרטן גיט דובנאָוו איבער דעם תמצית פון זיין
בליק אויפן „נייעם יידנטום“. דאָרטן רעדט ער אויך אַז „די
אייניקייט פון דער אומה וואַקסט אַרויס פון דער אייגנאַרטיקייט
פון דער קולטור, פון שטייגער לעבן, פון מנהגים און פירונגען,
פון דער בשותפותדיקייט פון היסטאָרישן גורל, פון דער אויטאָ-
נאָמישקייט פון אינעווייניקסטן לעבן“. דאָ און אין אַ סך אַנדערע
שטעלן נעמט דובנאָוו אויף דעם אייגנאַרטיקן שטייגער לעבן, די
באַזונדערע מנהגים און דורותדיקע פירונגען ניט ווי באַזונ-
דערקייטן פון דער רעליגיע, נאָר ווי אַרויסווייזונגען פון דער
נאַציאָנאַליטעט. דאָס איז פאַר אים אַזאַ זיכערע זאַך אַז ער
שטעלט זיך אָפּ אויף דעם אַלעם אַ סך ווייניקער, ווי מיר וואָלטן
זיך געמעגט ריכטן. פאַר אונדז איז עס געוואָרן אַ שווערע
פּראָבלעם, פאַר דובנאָוון איז נאַטירלעך אַז עס איז ניט שייך
פירן אַ מלחמה קעגן יידישן פיר. דער שטייגער לעבן בייט זיך
טאַקע, אָבער די וויכטיקסטע באַזונדערקייטן בלייבן. זיי קענען
באַקומען אַן אַנדער צורה, אָבער זייער מהות פאַרבלייבט. שמעון
דובנאָוו איז טאַקע אין זיין פּריוואַט לעבן געווען אינגאַנצן היינט-
וועלטיק, אָבער ער האָט ניט געדאַרפט זוכן פאַר יידישע מנהגים
אָדער פאַרן יידישן יום-טוב אַן עסטעטישע באַגרינדונג (ווי
דאָס האָט געטאָן דר זשיטלאָווסקי, און זיינע ראַדיקאַלע תלמידים
האָבן אין דעם פרט זיך צו אים ניט צוגעהערט). דאָס יידישע
איז געווען גענוג גוט פאַר אים, ווייל עס איז . . . דאָס ישישע,
ווייל עס איז דער נאַציאָנאַלער פּראָדוקט.
ווען שמעון דובנאָוו איז געווען 32 יאָר אַלט און האָט נאָך
ניט געפונען זיין אייגענעם דרך, האָט ער געשריבן אַן אַרטיקל
וועגן תיקונים אין יידישן דת. ער האָט דעמאָלט געהאַלטן אַז
די יידישע אַליין-עמאַנסיפּאַציע דאַרף קומען דורך רעפאָרמען,
מער-ווייניק אין גייסט פון דער רעפאָרעם-באַוועגונג אין דייטש-
לאַנד. אין דער תקופה פון זיינע „בריוו“ (אַלע ווייטערדיקע
ציטאַטן זיינען פון דאָרטן), האָט ער זיך לחלוטין אָפּגעזאָגט פון
אַזאַ צוגאַנג. ער האָט פאַרשטאַנען, אַז ער, דער וועלטלעכער,
קען זיך מיט דעם ניט פאַרנעמען און אַז ניט דאָס איז דער וועג
צום נייעם יידנטום. עס גייט ניט אין תיקונים פון דת, עס גייט
אין איבערשטעלן אויף אַנדערע רעלסן דעם עצם צוגאַנג צו דעם
וואָס איז יידנטום. ער האָט צוואַנציק יאָר שפּעטער איבערגע-
חזרט דעם געדאַנק, וואָס איז געבליבן אמתדיק אין זיינע אויגן :
—די אינדיווידועלע פרייהייט פון דער היינטיקער אינטעליגענציע
פאָרט זיך ניט מיט דער אייזערנער דיסציפּלין פון דעם תלמודיש-
רבנישן הלכה-רעזשים“. אָבער עס האָט אים פאַרדראָסן, ווי
ער דריקט זיך אַליין אויס, זיין „העזהדיק-פּראָקוראָרישער טאָן“
בנוגע דעם „אַלטן יידנטום“, ווייל ער האָט ראָס גאַנצע יידנטום
אין אַלע זיינע תקופות איצט באַנומען אויפן סמך פון „וויסני
שאַפטלעך-היסטאָרישן עוואָלוציאָניזם“. דער וועג צום „נייעם
יידנטום“ איז ניט קיין רעוואָלוציאָנערער, נאָר אַן עוואָלוציאָ-
גערער. דער תמצית איז גייסטיקע באַפרייאונג, אָבער אָט די
דאָזיקע פרייהייט פון גייסט בינדט זיך גאָרניט מיטן אַרויס-
וואַרפן די יידישע לעבנס-באַזונדערקייטן.
הן אין דער גרויסער געשיכטע זייגער, הן אין אַ צאָל ערטער
פון די „בריוו“ און אין אַ צאָל אַנדערע ארטיקלען, הייבט שמעון
דובנאָוו אַרויס דעם טעות פון מערב-אייראָפּע וואָס האָט געשאַפן
די „קולטוס-געמיינדע“ און די „קאָנסיסטאָריע“. מיט דעם האָט
מען בוגד געווען אין פאָלק, אין דער נאַציע. אין זיין אייגענער
פּראָגראַם פאַר דער קהילה, וואָס ער באַטראַכט זי ווי אַ וועלט-
לעכע, ווי אַ נאַציאָנאַלע, ניט ווי קיין רעליגיעזע — נעמט ער
דאָך אַריין דאָס באַפרידיקן אַלע רעליגיעזע באַדערפענישן.
לויט דובנאָוון דאַרף מען פון דעם קהילה-שטייער וואָס אַלע
צאָלן אויך באַפרידיקן די „באַדערפענישן פון ריטואַל“, פּונקט
ווי פון דעם זעלביקן שטייער וועט מען בויען אַזעלכע אינסטי-
טוציעס, וואָס פרומע יידן וועלן ניט וועלן אַהין אַריינשמעקן.
רעכט אויף שבת-רו איז לויט אים אַ נאַציאָנאַל רעכט, האָט
ער עס אַריינגענומען אין זיין אייגענער פּאַרטיי-פּראָגראַם. דער
פּונקט איז שפּעטער פאַראַן אין דער ציוניסטישער העלסינגפאָר-
סער פראָגראַם, אָבער ניט געווען אין קיין שום פראָגראַם פון
די סאָציאַליסטישע פאַרטייען, אַפילו ניט ביי די סיימיסטן („סיי-
מאָווצעס“), וואָס זיי האָבן געהאַט די גאָר ברייטע פּראָגראַם פאַר
נאַציאָנאַלער אויטאָנאָמיע.
אין 7191, ווען אַ צאָל פירנדיקע ינגע מענטשן, געוועזענע
סיימיסטן און ציוניסטן-סאָציאַליסטן, האָבן צוזאַמען מיט שמעון
דובנאָוון באַנייט די „פאָלקספּאַרטיי“, איז די פראַגע וועגן באַ-
ראַקטער פן דער קהילה געווען אַן ענין פאַר אַ וויכיה אויף
אַ צאָל זיצונגען. עס איז קעגן וועלטלעכקייט — האָט מען גע-
טענהט — אויב די קהילה וועט דאַרפן פאַרזאָרגן די רעליגיעזע
באַדערפענישן. דעם „אַלטנס“ ענטפער איז געווען : די קהילה
דאַרף באַפרידיקן אַלע יידישע באַדערפענישן, און נאָר אַזוי איז
זי דעמאָקראַטיש און נאַציאָנאַל — בכן אויך באמתדיק וועלט-
לער. אַ וועלטלעכע קהילה האָט ניט אין זינען צו באַפרידיקן
4
א מיין באַדערפענישן פון פאָלק, ווייל אויב אַזוי — ווערט זי אַ
מין „קולטוס-געמיינדע“ אויף דער לינקער זייט. נאָר אַן אַל-
יידישע קהילה קען אָנגערופן ווערן וועלטלעכע קהילה. איך
געדענק אַז ש. דובנאָוו, וואָס האָט אויף די אַלע זיצונגען פון
7191 גערעדט יידיש, האָט דאָ זיך באַנוצט גראָד מיטן רוסישן
טערמין „סוועטסקאַיאַ אָבשטשינאַ“ און האָט ווי אַ לשון גופל
על לשון צוגעגעבן „ווסעוואָ נאַשעוואָ יעוורעיסקאַוואָ סוועטאַ“
(„די וועלטלעכע קהילה פון אונדזער גאַנצער יידישער וועלט“).
איך געדענק עס אַזוי גוט דערפאַר, ווייל דאָס איז געווען
מאַרבונדן מיט מיינע אייגענע ערשטע אַרויסטריטן, ווען איך
האָב אַרגומענטירט, אַז פּונקט ווי דער ניט-פרומער דאַרף הע,ן
אויסהאַלטן אַ יידישן טעאַטער וואָס איז טרייף פאַר אים, אָדער
פּונקט ווי אַ משפּחה אָן קינדער דאַרף העלפן אויסהאַלטן אַ ול,
— אזוי דאַרף דער ייד וואָס עסט טרייף פלייש העלפן אַז די
וואָס עסן בלויז כשר פלייש זאָלן ניט מוזן צאָלן פאַר דעם טיש-
דער ווי פאַר טרייף פלייש. און נאָר אַזאַ כלל-ישראל-צוגאַנג
קען פירן צו אַ דעמאָקראַטישער קהילה. דער גאַנצער עפּיזאָד
פון אַ וועלט וואָס איז פאַרשוואונדן העלפט אָבער איצט בעסער
ווי ציטעטן אויפקלערן וואָס איז על-פּי דובנאָוון — וועלטלעך.
עס איז אין תוך ביי אים ניט געווען קיין חילוק צורשן די
באַגריפן וועלטלעך און נאַציאָנאַל.
וואָס-זשע איז פאָרט על-פּי דובנאָוון דער הויפט-סימן פון
אַ וועלטלעכער קהילה ז אַז „די גאַנצע דערוואַקסענע באַפעל-
קערונג פון געגעבענעם אָרט געהערט צו איר“ און „ניט די גע-
מיינשאַפט פון די מתפּללים“. איז אין מערב-אייראָפּע קיין מאָל
ניט געווען קיין וועלטלעכע קהילה אין דעם זינען ווי דובנאָוו
ה— עס פאַרשטאַנען, און אויך ניט אין פּוילן צווישן די ביידע
וועלט-מלחמות. דער יסוד איז דאָרטן אומעטום געווען רעליגיע,
בעת דער יסוד פון אַ וועלטלעכער קהילה איז די נאַציאָנאַלע
צוגעהעריקייט. דובנאָוו האָט געהאַלטן אין איין איבערחזרן
אז מיר „זיינען ניט קיין סעקטע גלויבנס-ברידער“, נאָר „מוזן
זיין טעטיק אויף אַלע געביטן פון . . . סאָציאַלן און גייסטיקן
לעבן ווי אַ פאָלק מיט אַ באַוואוסטזיין פון אייגנקייט און באַזונ-
דערקייט“. זיין וועלטלעך הייסט ניט זיך אָפּטיילן פון כלל-
84
ישראל און פּראַווען (ריכטיקער — ניט פראַווען !) שבת פאַר
זיך, נאָר קעמפן פאַר קיום האומה.
דובנאָוו זעט די געשיכטע פון דער יידישער אינטעליגענציע
(אָדער אָנפירערשאַפט פון פאָלק) לויט אַזאַ סכעמע : פריער
איז געווען אַ מאָנאָליטישע, אַ פּאַטריאַרכאַלע, אַן אָרטאָדאָק-
סישע אינטעליגענציע ; זי האָט זיך געשפּאָלטן אויף צוויי ריכ-
טונגען — אָרטאָדאָקסישע און משכילישע ; די משכילישע
האָט זיך ווידער געשפּאָלטן אויף צוויי — אַסימילאַטאָרישע
און נאַציאָנאַלע. די נייע יידישע אינטעליגענציע זיין
נאַציאָנאַל אָדער זי וועט אינגאַנצן ניט זיין“. זעען מיר ווידער
אַז „גיי“, „וועלטלעך“ און „נאַציאָנאַל“ זיקנען ביי דובנאָוון
היינו-הך.
ווען שמעון דובנאָוו רעדט וועגן יידישן נאַציאָנאַלן רענע-
סאַנס, נעמט ער עס אַריין אין דער גאַנצער געשיכטע פון אויפ-
ושכן פון אַלע אַנדערע אונטערגעדריקטע פעלקער. ווען ער
רעדט וועגן דערשלאָגן זיך צו נאַציאָנאָלע רעכט, האָט ער אין
זינען אַ גיין צוזאַמען מיט די אַלע פעלקערשאַפטן וואָס נייטיקן
זיך נאָך אין דעם. „יעדע נאַציע האָט רעכט אויף אַליין-באַשטי-
מונג און מיר נייטיקן זיך ניט פאַר דער באַרעכטיקונג פון אונ-
דזער קיום אין אַ באַזונדערער מיסיע וואָס זאָל זיין פאַר אונדז
פאָרויס באַשטימט“. קען זיך באַקומען אַז אייגנטלעך איז ניטאָ
קיין אונטערשייד צווישן אָט דעם שטאַנדפּונקט און דר זשיס-
לשוסקיס, און אַז דאָ איז אויך פאַראַן דער בבל הגויים. אָבער
דאָס איז ביי אים נאָר איין זייט פון דער מטבע, די דרויסנדיקע
זייט, דער בלפּי-חוץ. שמעון דובנאָוו הייבט גלייכצייטיק אַרויס
אַז אונדזער היסטאָרישע אַנטוויקלונג האָט אונח דערפירט צו
אַן אַנדער מדרגה פון נאַציאָנאָליזם ווי עס איז ביי די פעלקער
צווישן וועלכע מיר לעבן. עס גייט ניט בלויז אין דעם וואָס אונ-
דיער שציאָנאַליזם האָט ניט אין זיך קיין שמץ פון אונטערדריקן
וועמען דאָס זאָל ניט זיין, פון עפּעס וועלן צונעמען פון עממען,
עס גייט אויך אין דעם עצם כאַראַקטער פון אונדזער נאַציאָנאַ-
גאָלער קולטור. זי איז פילשיכטנדיק, זי איז דוּרותדיק טיפער,
זי נעמט אונדז אַרום מיט פעסטערע רייפן, זי איז מער איינגע-
באַקן אין אונדזער האַרץ און מוח. בכן, קען מען אונה ניט
4
9
גלייכן צו סלאָוואַקן אָדער סלאַרתּנען. דער חילוק שוישן אונדי
און אונדזערע שכנים איז גרעסער ווי דער אונטערשייד צווישן
אַנדערע שכנישע פעלקער. דאָס איז געווען אַ שטריך פון דעם
—אַלטן יידנטום“ און האָט וועט, מוז בלייבן אויך אַ גרונטשטריך
פון דעם „נייעם יידנטום-“. דאָס נייע דאַרף ניט פירן צו קיין
אויסגלייך, נאָר צו אַ העכערער מדרגה פון אייגנקייט, אָדער
ניצנדיק אַ וואָרט וואָס איז נאָך קלאָרער — צו אַנדערשקיש.
מיר האָבן שוין אין דעם דריטן קאָפּיטעלע גערעדט
וועגן „נאַציאָנאַלן אינדיוויד“ אָדער וועגן דער „נאַציאָנאַלער
פּערזענלעכקייט“ — אויסדרוקן און באַגריפן וואָס טרעפן זיך
ביי דובנאָות כסדר. די גאַנצע עובדא, דער אייגנטלעכער פאַר-
מעסט פון „נייעס יידנטום“ באַשטייט אין אויסלעבן, אַנטוויקלען,
אויסדריקן אָט די אייגענע פערזענלעכקייט. מע קען זי אַל-
זייטיק אויסדריקן נאָר אין פולער גייסטיקער פרייהייט, אָן דאָג-
מעט, אָן טראַדיציאָנעלע פּענטעס, דאָס הייסט נאָר אויף אַ וועלט-
לעבן אופן. מע קען אָט די נאַציאָנאַלע פּערזענלעכקייט אויס-
לעבן און אויסדריקן דורך דעם ווייטערדיקן היסטאָרישן פּראָ-
צעס פון גייסטיקער עוואָלוציע, וואָס זי דאַרף גיין אָן אָפּשטעלן,
אָן אונטערדריקונג פון דרויסן און אָן דערדריקונג פון אינע-
ווייניק (אַסימילאַציע). דער שטויסנדיקער מוח פאַר דער וויי—
טערדיקער אַנטוויקלונג דאַרף זיין דער פרייער, דער עטישער,
דער אוניווערסאַליסטישער נאַציאָנאָליזם.
,פון די נביאים, טענהט דובנאָוו, קענען מיר זיך לערנען
אַזאַ מין אוניווערסאַליסטישן נאַציאָנאַליזם. זיי האָבן געהאַט אין
זינען יושר צווישן מענטש און מענטש, צווישן פאָלק און פאָלק.
זיי האָבן געקעמפט פאַר יושר בכלל, אָבער אָנגעהויבן פון דער
אייגענער היים. זיי האָבן געחלומט אַז מיר יידן וועלן זיין דער
„נס לגויים“, דער עמוד-האש פון דער וועלט-געשיכטע, דער
ליכט-פאַקל פאַר פעלקער. אָבער זיי האָבן מיט זייער גאַנצן
ברען און פּאַטאָס ליב געהאַט זייער פאָלק און געוואָלט אַז דער
„פאַקל“ זאָל טאַקע ניט אויסגעלאָשן ווערן. ווייל די זיינען געווען
אוניווערסאַליסטן, זיינען זיי געווען נאַציאָנאַליסטן און ניט גע-
קאָנט זיין קיין זיך-פאַרלייקנדיקע קאָסמאָפּאָליטן.
מיר קענען ניט „ליב האָבן אַלע פעלקער אַזוי ווי די איי-
05
גענע“, לויט וולאַדימיר סאָלאָוויאָווס פאָדערונג. מיר דאַרפן
אָבער „ווערטיקן און אָפּשאַצן די פרעמדע נאַציאָנאַלע פּערזענ-
לעכקייט ווי די אייגענע“. אין דעם איז שוין פאַראַן אוניווער-
סאַליזם. אונדזער וועלטלעכע נאָציאָגאַלע אידיי פּאָרט זיך
צונויף, גיסט זיך צונויף מיטן אידעאַל פון אוניווערסאַליזם.
„אונדז, די אָפּשטאַמיקע פון די תנכישע נביאים, פּאַסט זיך
מער פון אַלץ אונטערצוהאַלטן אין דער פולער ריינקייט יענעם
נאַצאָנאַלן אידעאַל וואָס האָט זיך אין דער נביאות צונויפגע-
גאַסן מיט די גראַנדיעזע חלהמות וועגן אַלמענטשלעכער ברי-
דערלעכקייט“.
דאָס „נייע יידנטום“ בינדט זיך אויף אַזאַ אופן צונויף מיט
דעם טיפסטן און טייערסטן פון דעם „אַלטן יידנטום“ און שעפּט
פון די אוראַלטע יידישע קוואַלן. ווען מיר רעדן וועגן „נאַציאָנאַלן
רענעסאַנס“, וועגן „קוליטור-ווידערגעבורט“, וועגן „פאָלקישער
באַנייאונג“ שטרעבן מיר צו אַ נייעם און טיפן סינטעז פון אַלדעם
פריערדיקן, פון אין-זיך-פאַרשלאָסענעם און פון-זיך-דער-
ווייטערנדיקן. דאָס נייע קומט ווי דער סך-הכּל פון מיטן-פּנים-
צו-זיך און פון מיטן-פּנים-צו-דער-וועלט.
און אַווואי איז ניט שייך רעדן וועגן וועלטלעכקייט נאָר
ווי וועגן אַ סכום ניינען. ניינען זיינען ניט קיין שטייגער פאַר
קיין שום פונדאַמענט. מיט פאַרניינען קען מען קיין בנין ניט
אויפשטעלן. וועלטלעכקייט איז גיכער אַ סכום יאָען. ראשית-
כל איז עס : יאָ, מיר זיינען אַ פאָלק, מיר זיינען אַלע מאָל
געווען אַ פאָלק, אַ שעפעריש, אַ בויעריש פאָלק. און אויב מיר
זאָגן אַז מיר זיינען וועלטלעכע יידן, זאָגן מיר אויך : מיר נע-
מען אויף זיך התחייבותן לגבי זיך, לגבי די אייגענע קינדער,
לגבי דעם וואָוילזיין און קולטורעלער אַנטוויקלונג פון אייגענעם
פאָלק.
דאָס אַלץ דרינגט אַרויס פון שמעון דובנאָווס באַנעמען
וועלטלעכקייט.
שמעון דובנאָוו און יידיש
אַחד-העמס נאַציאָנאַליזם איז געווען געבויט אין זייער אַ
גרויסער מאָס אויף שפּראַך. ער האָט געקאָנט זיך פאָרשטעלן
נאָר איין נאַציאָנאַלע שפּראַך — העברעאיש, נאָר איין שפּראַכיקע
געבונדנקייט — דורך העברעאיש. פון דעם נעמט זיך זיין
שנאה צו יידיש. די עצם עקסיסטענץ פון יידיש איז געווען אַ
סתירה צו זיין שיטה. דר היים זשיטלאָווסקיס נאַציאָנאַליזם
האָט זיך אויך באַזירט אויף שפּראַך. פאַר אים איז .פאָלקשפּראַך
געווען דאָס זעלביקע וואָס נאַציאָנאַלע שפּראך, און פאַר זיין
תקופה האָט ער געזען נאָר איין איינציקע נאַציאָנאַלע שפּראַך —
יידיש. גאַנץ אַנדערש איז געווען דובנאָווס באַזע פאַר זיין
נאַציאָנאַליזם. שמעון דובנאָוו האָט געבויט אויף דער גאַנצער
היסטאָרישער דערפאַרונג פון אונדזער פאָלק און אויף שותפות
פון געשיכטלעכן גורל. איז דער ענין שפּראַך געבליבן אין
הינטערגרונט. „שמע בבל לשון שאַתה שומע“ — איז אַן אַלטער
דיין רעליגיעזער צוגאַנג צו לשון. פאַר דעם נאַציאָנאַליסט שמעון
דובנאָוו איז געווען ליב דאָס דערקלאַרירן „איך בין אַ ייד און
איך וויל בלייִבן אַ ייד“, אומאָפּהענגיק פון דער שפּראַך, וואָס
אויף איר ווערט עס אַרויסגעזאָגט. דאָס יידישע געפיל און דער
יידישער ווילן פאַרנעמען דאָ אַזוי פיל אָרט אויבנאָן אַז זיי
פאַרשטופּן אין אַ זייט אַפילו די יידישע צונג.
דאָס איז געווען מהסכם מיט דער שיטה עס איז אויך
געווען אַ סוביעקטיווער מאָמענט. שמעון דובנאָוו האָט געשריבן
אַ שיינעם, קלאָרן און פּשוטן העברעאיש ; ער האָט שפּעטער
געשריבן פּונקט אַזוי קלאָר און פּשוט אויף יידיש (פּשטות און
קלאָרקייט זיינען בכלל סימנים פון זיין סטיל און פון דעם מענטש).
אָבער דאָך איז זיין אייגענע הויפטשפּראַך געווען רוסיש, דאָס
לשון פון דעם גרעסטן טייל פון זיין שרייבן און דערעיקר פון
זיין גרויס לעבנס-ווערק „די וועלט-געשיכטע פון דעם יידישן
פאָלק“. האָט זיך באַקומען, הן אויפן סמך פון טעאָ,רעטיזירן,
הן אויפן גרונט פון אייגענער לעבנס-פּראַקטיק, דער איינשטעל
פון דריישפּראַכיקייט : העברעאיש, יידיש, לאַנדשפּראַך. מע קען
אַזוינס ניט אָנרופן סינטעז, גיכער איז עס אַ מין שפּראַכיקער
סינקטרע.טיזם. די השכלה האָט אין אָנהייב גערופן צו דער
לאַנדשפּראַך, און דער נאַציאָנאַליזם וואָס איז פון איר אַרויס-
געוואַקסן האָט זיך צעצווייט אויף אַ דרך פון העברעאיש און
אַ דרך פון יידיש — און דובנאָוו האָט אַריינגענומען ווי מיט-
לען פאַר ווייטערדיקער קולטור-אַנטוויקלונג אַלע דריי לשונות.
אַבי עס בלייבט דער עיקר : דער נאַציאָנאַלער אינהאַלט.
שמעון דובנאָווס רוסיש איז געווען רייכער ווי זיין העב-
רעאיש אָדער ווי זיין יידיש ; עס איז געווען בייגעוודיקער. ער
האָט דאָ געקענט זיך לערנען פון די בעמעע מוסטערן פון דער
אויסגעאיידלטער פּובליציסטיק פון די דיקע און ערנסטע זשור-
נאָלן און פון עטלעכע גרויסע רוסישע היסטאָריקערס וואָס זיינען
געווען אויסגעצייכנטע סטיליסטן. הן אויפן פעלד פון העברע-
איש, הן אויפן פעלד פון יידיש וואָלט אים אויסגעקומען צו זיין
אַ נאָוואַטאָר אין שפּראך, און עס זעט אויס אַז ער האָט ניט
געהאַט קוין גוסט פאַר דעם. אַפילו ווען ער האָט שוין געשריבן
אויף אַ ריינעם און ציכטיקן יידיש, איז ער בנוגע לשון געווען
גאַנץ קאָנסערוואַטיוו. אַזוי למשל האָט ער ניט געקאָנט פאַר-
טראָגן אַזאַ מאָדערנע ווערטער-פאַרבינדונג ווי ערב רעוואָלוציע
(ער האָט געטענהט אַז עס קען נאָר זיין ערב שבת אָדער ערב
יום-טוב, אָבער ניט ערב אַ געשעעניש) און איז געווען זייער
אומצופרידן פון די שפּראַכלעכע חידושים וואָס נחום שטיף האָט
אַריינגעטראָגן ביים איבערזעצן דעם ערשטן און צוריטן באַנד
פון זיין —נייסטער געשיכטע“ (די בענד אַכט און ניין פון דער
צען-בענדיקער „וועלט-געשיכטע פון יידישן פאָלק“). אָבער דאָס
ניצן רוסיש ווי דעם הויפּט-מעדיום פאַר זיין שאַפן האָט גע-
שאַפן אַ מחיצה צווישן דעם היסטאָריקער און דעם: טעאָרעטי-
קער דובנאָוו און גרויסע טיילן פון יידישן פאָלק. ערשט דורך
איבערזעצונגען וואָס זיינען געקומען שפּעטער האָט דאָס פאָלק
אים געקענט צוריקגעווינען.
מע דאַרף נעמען אין באַטראַכט נאָך אַ מאָמענט כדי צו פאַר-
שטיין דובנאָווס האַלטן זיך ביי רוסיש. שמעון דובנאָוו האָט
איינגעזאַפּט אין זיך געוויסע שטעלונגען פון דער רוסישער
איניטעליגענציע, און איינע פון די שטעלונגען איז געווען : די
וויכטיקייט פון דער באַזונדערער גרופּע אינטעליגענציע פאַר
דעם גאַנצן ווייטערדיקן געשיכטלעכן גאַנג. נישט געקוקט אויף
זיין עכטער דעמאָקראַטישקייט, נישט געקוקט אויף זיין ליב-
שאַפט צום פּשוטן פאָלק, — איז ביי אים דאָך ערגעץ אין הינ-
טערגרונט פאַרבליבן די פאָרשטעלונג אַז אָט די געקליבענע
גרופּע איז אַזוי צו זאָגן די וואָס פורעמט די געשיכטע פון דעם
פאָלק. שמעון דובנאָרו האָט ראשית-בל געזוכט פאַר זיין אוידי-
טאָריע די יידישע אינטעליגענציע, און זי איז געווען ביז צו
דער ערשטער וועלט-מלחמה אין זייער אַ גרויסער מאָס אַ רוסיש-
רעדנדיקע. ריין פראַק-טיש האָט אויסגעזען אַז דער וועג צו אָט
דער אינטעליגענציע איז די .רוסישע שפּראַך. דובנאָוו האָט
געוואָלט משפּיע זיין אויף אָט דעם טייל פון פאָלק. דער סוף
איז געווען אַז דורך דעם האָט ער היפּש באַגרענעצט זיין השפּעה.
דורך זיין העברעאיש האָט אַחד-העם געפורעמט אַ נייע גרופּע
אינטעליגענטן ; דורך זיין יידיש האָט דר זשיטלאָווסקי גע-
האָלפן שאַפן אַ נייע גרופּע אינטעליגענטן. אָבער שמעון דובנאָוו
האָט דורך רוסיש ניט געקאָנט אפן קיין נייע גרופּע אינטע-
ליגענטן — ער האָט בלויז געהאָלפן נאַציאָנאַליזירן די פריער-
דיקע פאָרמירונג. עס שטעקט אין דעם אַן איראָניע : רוסיש
האָט עס געזאָלט זיין די ברייטערע וועלט לגבי העברעאיש
אָדער יידיש, און רוסיש איז מגולגל געוואָרן אין דאָס פּראָווינ-
ציעלע.
עס האַכט זיך אַז אַ סך אַ גרעסערע טענה קען מען אַרויס-
שטעלן דעם היסטאָריקער שמעון דובנאָוו, למאַי ער האָט אין
זיין געשיכטע בכלל ניט דערזען די גרויסע ראָלע פון יידיש
במשך פון די לעצטע דרייסיק דורות. אויב ער האָט ניט געקאָנט
זיך אָפּשטעלן אויף דער עצם אַנטוויקלונג פון ילש ווי אַ שפּראך,
ווייל עס האָבן אים געפעלט גענוג פאַראַרבעטן, האָט ער דאָך
געמעגט טיפער און גרינטלעכער אָפּשאַצן די ראָלע פון דעם
יידישן לשון אין דער גאַנצער קולטור-געשיכטלעמער אַנט-
וויקלומ פון אַשכנזישן יידנטום. ער, דער גרויסער היסיטאָרי-
קער, האָט דאָ ניט צוגעטראָגן קיין שום פאָרמולירונג פון דעם
אַלגעמיינעם הינטערגרונט בנוגע שפּראַך, וואָס דער פאָרשער
פון געשיכטע פון יידיש זאָל עס שפּעטער קענען אויסניצן פאַר
זיינע צילן. פון 1ש1 אָן ווערט שמעון דובנאָוון אַלע קלאָרער
און קלאָרער די נאַציאָנאַלע ראָלע פון ישיש פאַר זיין צייט.
45
אָבער דער היסטאָריקער האָט ניט גענוג קלאָר דערזען דעם
נאַציאָנאַלן ווערט פון יידיש אין אַלע פריערדיקע יאָרהונדער-
טער. בבל אופן האָט ער עס ניט פאָרמולירט. און עס איז פאַראַן
נאָך אַ בלויז אין זיין געשיכטע : עס ווערט ניט אַרויסגעהויבן
גענוג בולט די געזעלשאַפטלעכע און די קולטור-אַנטוויקלענדיקע
ראָלע פון דער יידישער ליטעראַטור אַפילו אין 91טן און אָנהייב
02סטן יאָרהונדערט. אמת, דער ענין ווערט באַרירט, אָבער צו
אויבנאויפיק, אין צו אַלגעמיינע און קאַרגע שטריכן.
און דאָך האָט שמעון דובנאָוו אויפגעטאָן לטובת יידיש.
ער האָט צוגעלייגט אַ האַנט אין דעם גאַנג וואָס ער באַצייכנט
מיט די ווערטער „פון זשאַרגאָן צו יידיש“ (אַזוי הייסט אויך
זיין זאַמלונג אַרטיקלען, אַרויסגעגעבן פון קלעצקין-פאַרלאַג,
ווילנע 9291). זיין ערשטער אַרויסטריט פאַר יידיש איז שוין
געשען אין 1881. ער איז דאָס געווען דער אַנאָנימער מחבר
פון אַן אַרטיקל אין „ראַזסווע-ט“ וועגן דעם ווי נייטיק עס איז
אַ יידישע צייטונג אין דער פאָלקשפּראַך. יאָרן שפּעטער דער-
מאָנט זיך שמעון דובנאָוו : „איך האָב באַוויזן וואָס פאַר אַ מעכ-
טיקע בילדונגס-קראַפט עס ליגט אין אַ לעבעדיקער ש—אַך
פאַר מיליאָנען יידן“. דער אַרטיקל איז געווען אַ בכיוונדיקע
צוגרייטונג פאַר דער וועכנטלעכער אויסגאַבע „דאָס יודישע
פאָלקסבלאַט“ וואָס האָט עקסיסטירט אין די יאָרן 1881-0981.
אָבער דער הויפט-פאַרדינסט באַשטייט אין דעם וואָס שמעון
דובנאָוו איז געווען דער גינציקער קריטיקער פון דער יידישער
ליטעראַטור אין די אַכציקער יאָרן. אונטערן פסעוודאָנים
קריטיקום האָט ער געדרוקט אַ לאַנגע סעריע איבערבליקן אי-
בער דער ליטעראַטור, און ער האָט דאָרטן כסדר אַרויסגעהויבן
דאָס פרישע און דאָס געזונטע פון דער ליטעראַטור אויף ישיש.
ער דערציילט אַליין אַז ער האָט געראַמט די שטאַלן פון דער
ליטעראַטור, געפירט אַ מלחמה קעגן דער אָנגעבלאָזענער
מליצה און געקינצלטקייט פוי דער העברעאישער ליטעראַטור
און קעגן דעם שונדיזם פון די „פאָלקשרייבערס“, פון שמ“רן
און זיין חדר. אָבער ער האָט ניט דורכגעלאָזן קיין געלעגנהייט
אַרויסצושטעלן מענדעלען ווי דעם גרויסן קינסטלער-רעאַליסט :
ער האָט פון שלום-עליכמס ערשטע טריט אַרויסגעפילט דעם
גרויסן נייעם בוה וואָס קומט צו אין דער יידישער ליטעראַטור :
55
ער האָט דערמוטיקט מרדכי ספּעקטאָרן און אַנדערע וואָס ער
האָט באַטראַכט ווי אמתדיקע פאָלקשרייבערס . אָט די אַלע שריי-
בערס וואָס קריטיקוס האָט געזאָגט וועגן זיי אַ גוט וואָרט זיינען
אים געווען ביז גאָר דאַנקבאַר. עס האָט צוגעגעבן מוט דער
עצם פאַקט וואָס אַ שרייבער מיט אַ נאָמען לויבט אין אַ וויכ-
טיקער אויסגאַבע אויף רוסיש זייערע ווערק אויף „זשאַרגאָן“
(ווי אַלע האָבן אין יענער תקופה גערופן יידיש). ווען שמעון
דובנאָוו האָט אין 8881 דאָס ערשטע מאָל פאָרמולירט זיין פּרינ-
ציפּ פון דריישפּראַכיקייט, האָבן די יידישע שרייבערס געזען
אין דעם אַ דערהייבונג פאַר זיך : אָט ווערט דאָך יידיש גע-
שטעלט אויף דער זעלביקער הייך וואָס רוסיש און העברעאיש !
מענדעלע, שלום-עליכם, ספּעקטאָר און אויך אַנדערע האָבן זיך
באַצויגן צו אים מיט עכטער פריינדשאַפט און אָפט אויסגעדריקט
זייערע געפילן פון האָנקשאַפט. שלום-עליכם. האָט אין 9אוּ1
געשריבן צו אים (פון דובנאָוון גופא איבערגעזעצט פון רוסישן
אָריגינאַל) : „איר זייט דער איינציקער שרייבער וואָס באַציט
זיך מענטשלעך צום אָרעמען זשאַרגאָן . . . איך לעב איצט
איבער אַזוי פיל רדיפות און אומגערעכטע אָנפאַלן אויף מיר
און אויפן זשאַרגאָן, מיט וועלכן מען האָט עפּעס מיין נאָמען
צוגעבונדן, אַז יעדעם גוט וואָרט פרייט מיך שטאַרק“.
דובנאָוו דער קריטיקער איז געווען אַ גוטע, געזונטע און
דערפרייענדיקע דערשיינונג. די אַטמאָספער וואָס ער האָט גע-
האָלפן שאַפן אַרום דער יידישער ליטעראַטור האָט מיטגע-
טראָגן חשיבות און האָט געוועקט דעם אימפּעט צו שאַפן. האָט
שפּיגלט זיך גאַנץ קלאָר אָפּ אין די בריוו פון יידישע שריי-
בערס וואָס שמעון דובנאָוו האָט פאַרעפנטלעכט אין דער דער-
מאָנטער זאַמלונג פון ש91 „פון זשאַרגאָן צו יידיש“. פאַראַן
אָבער אויך אַ פלעק אויף דובנאָוון דעם קריטיקער : ער, דער
שטרענגער און איבערקלייבערישער, איז געווען צו האַרב צו
י. ל. פּרצן. פּרצעס מהות איז געווען אַזוי אַנדערש ווי שמעון
דובנאָווס, אַז דער קריטיקער האָט ניט תופס געווען דעם נייעס
סטיל, די אָנצוהערענישן, די רמזים, די פּינטעלעך, און געווען
קאַלט אויך צו דער טעמאַטיק. שמואל ניגער האָט אין זיין בוך
וועגן פּרצן עס פאָרמולירט אַזוי : „דובנאָווס וועלט איז געווען
די וועלט פון נגלה, ניט פון נסתר“. שמעון דובנאָוו האָט גע-
האַלטן אַז „פרץ פאָזירט“. ער האָט אים ניט באַגריסט צו זיין
יובל אין 1091 און האָט זיך אָפּגעזאָגט זיך צו באַטייליקן אין
דעם טרויער-אָוונט וואָס מע האָט געמאַכט אין פּעטערבורג צום
ערשטן יאָרצייט נאָך פּרצן. „מיינע ווערטער וועלן אפשר קליג-
גען ווי אַ דיסאָנאַנס“ — זאָל ער האָבן געזאָגט, ווען מען איז
געקומען אים בעטן צו נעמען אַן אָפּטייל — „איז בעסער אַז
קיין דיסאָנאַנס זאָל ניט זיין“ .
שוין אָנהייב ניינציקער יאָרן האָט שמעון דובנאָוו גענומען
ווייניקער שרייבן ליטעראַטור-קריטיק און אין מיטן די ניינ-
ציקער יאָרן האָט ער אינגאַנצן אויפגעהערט זיך צו פאַרנעמען
מיט דעם. די אַרבעט פון היסטאָריקער האָט אים פאַרשלונגען.
בלויז געציילטע עטלעכע אַרטיקלען געהערן צו די שפּעטערע
יאָרן (למשל, וועגן פרוגן). זיכער איז ביי אים פאַרבליבן דער
אינטערעס פאַר דעם גיכן פונאַנדערוואָוקס פון דער יידישער
ליטעראַטור. איך האָב געהערט פון אים גוטע אָפּרופן וועגן
שלום אַשן, וועגן אַברהם רייזענען און אויך וועגן אַנדערע. ער
האָט זייער שטאַרק געהאַלטן פון שמואל ניגערן : „עס איז דער
קריטיקער“, האָט ער געזאָגט. אָבער ער האָט פשוט קיין צייט
און קיין מעגלעכקייט ניט געהאַט צו זיין אינטים באַקאָנט מיט
דעם אומפאַרגלייכלעכן פונאַנדערבלי פון דער יידישער ליטע-
ראַטיר זיגט דעם מיטן ניינציקער יאָרן פון פאַרגאַנגענעם יאָר-
הונדערט און אין די ערשטע יאָרצענדלינגער פון דעם יאָרהונ-
דערט .
אין 2291, ביי לאַנגע שפּאַצירן איבער קאָוונע און אירע
שיינע פאָרשטעט, איז מיר אויסגעקומען צו דערציילן וועגן
דער פּראָגראַם פון ליטעראַטור וואָס מיר האָבן איינגעפירט אין
דער ווילקאָמירער יידישער רעאַל-גימנאַזיע. שמעון דובנאָוו
איז געווען שטאַרק פאַראינטערעסירט. איך האָב זיך אָפּגע-
שטעלט אויף דעם אַז פון אַלע יידישע שרייבערס מאַכט אויף
דער יוגנט דעם שטאַרקסטן און דויערדיקסטן איינדרוק — י.
ל. פּרץ. ער ווירקט אויפן געמיט, אויפן טראַכטן פון די תלמי-
דים ; ער פאַרטיפט זייער מענטשלעכקייט, פאַראיידלט זייער
יידישקייט — האָט געטענהט דער דובנאָוויסטישער פּרציאַנער.
עס איז כדאַי פונדאָסניי צו לייענען פרצן. — „עס זעט אויס
אַז עס איז טאַקע בדאַי“, — האָט דובנאַרו געזאָגט — „אָבער
ווי קומט מען דערצו ז“
פּרינציפּיעל איז שמעון דובנאַרו פֿאַרבליבן ביי זיין דריי-
שפּראַכיקייט, אָבער ער האָט זינט 6191 פּראַקטיש זיך גענייגט
צו דער צוויישפּראַכיקייט פון יידיש און העברעאיש, לאָזנדיק
איז שאָטן די לאַנדשפּראַך. בבל אופן אַז עס איז געקומען צו
דער פראַגע וועגן דער שפּראַך פון דער אויטאָנאָמער אָדער
נאַציאָנאַלער שול אין אַ וועלטפאַרנעם, האָט ער גערעדט נאָר
וועגן די ביידע נאַציאָנאַלע לשונות פון יידישן פאָלק. וואָס
שייד אַלע לענדער פון מזרח-אייראָפּע האָט ער געהאַלטן אַז די
שפּראַך פון לימודים דאַרף זיין יידיש. דעם שטאַנדפּונקט האָט
ער עפנטלעך פאַרטיידיקט אויף אַ לעקציע אין קאָוונע (דאַכט
זיך אויך אין ריגע). דער דאָזיקער פּונקט איז שוין געווען
אין דער פראָגראַם פון דובנאָווס „פאָלקספּאַרטיי“ פון 6091
און איז, פאַרשטייט זיך, אַ סך בולטער און אַרויסגעהויבענער
אין דער פּראָגראַם פון 7191, אויסגעאַרבעט מיט שמעון דובנאָווס
מיטבאַטייליקונג און צושטימונג.
עס וואָלט געווען אַ גוזמא צו זאָגן אַז שמעון דובנאָוו איז
געווען אַ קעמפער פאַר דער שול אויף יידיש, ווייל אים האָט
תמיד מער אינטערעסירט דער נאַציאָנאַלער כאַראַקטער אין
דער תוכן פון דער שול. דער גאַנצער ענין לימודים-שפּראַך
האָט אים ניט אָנגערירט אין דער מדרגה, ווי דאָס האָט גע-
האַלטן ממש געשפּאַנט זיינע יינגערע תלמידים, די פאָלקיסטן.
אָבער ער איז תמיד געווען גרייט צו זיין אַ פאַרטיידיקער פון
יידיש און פון דער שול אויף יידיש. ער האָט געגעבן זיין נאָמען
ביים פּראָטעסטירן קעגן אָנגריפן אויף דער צישאָ-שול אין
פּוילן, אָנגריפן הן מחוץ הן מפּנים (ווען די ישיק קאָלאָ אין
פּוילישן סיים האָט געשטימט קעגן נח פּרילוצקיס פאָרשלאָג
וועגן דער ישישער שול), הגם ער איז זיכער ניט געווען מסכים
מיט דער שול-ריכטונג פון צישאָ. ווען עס האָט זיך געשאַפן
דער שולקולט פון די רעכטע פּועלי-ציון, האָט ער ווידער גע-
געבן זיין ברכה. ער איז געווען פאַראינטערעסירט מיטן מצב
פון דער יידישער שול-באַוועגונג איבער דער וועלט און געוואָלט
וויסן ניט בלויז וואָס מע שרייבט וועגן דעם, נאָר וואָס עס קומט
פאַר אינעווייניק.
דאָס איז גאַנץ נאַטירלעך. שוין אין דעם פינפטן בריוו פון
85
זיין באַרימטער סעריע פאָרמולירט דובנאָוו : „אויף דריי יסודות
שטייט די נאַציאָנאַל-קולטורעלע אויטאָנאָמיע : קהילה-פאַר-
וואָלטונג, פרייהייט פון שפּראַך, שול-אויטאָנאָמיע“ און דערביי
איז —די נאַציאָנאַלע דערציאונג דער הויפּט-יסוד פאַר דער אוי-
טאָנאָמער אַנטוויקלונג פון פאָלק“. ער ווערט ניט מיך איבער-
צוחזרן אַז דער עתיד פון פאָלק איז אָפּהענגיק פון דער דער-
ציאונג וואָס מע גיט די קינדער, ווייל „דערציאונג און קולטור-
סביבה איז שטאַרקער פון ירושהדיקייט“. עס איז ווייניק גע-
בוירן צו ווערן אַ ייד, מע דאַרף ווערן אַ ייד דורך יידישער
דערציאונג. אין אָט דעם בריוו שטעלט זיך שמעון דובנאָוו אָט
אויף אַ פאַר ביישפּילן פון אינעווייניקסטער צעריסנקייט און
אפילו טראַגישקייט, וואָס זיינען רעזולטאַטן פון דעם ווען אַ ייד
קריגט אַן „אַלגעמיין-מענטשלעכע דערציאונג“, דאָס הייסט
אַ דערציאונג וואָס צעקאַליעטשעט זיין יידישע פערזענלעכקייט.
צוליב כלומרשט-פּראַקטישער פּאָליטיק האָט די יידישע
אויטאָנאָמיע אין ליטע אָפיציעל זיך ניט געמישט אין די דריי
שול-ריכטונגען (יבנה, תרבות, קולטור-ליגע). שמעון דובנאָוו
האָט געהאַלטן אַז דאָס איז פאַלש, אַז די שול דאַרף זיין אין
צענטער פון דער אויטאָנאָמיע און אַז די שול אין ליטע מוז זיין
מיט דער יידישער לימודים-שפּראַך. ער האָט געלייענט אין
מאַנוסקריפט דעם דריטן קאַפּיטל פון מיין בראָשור גאיינהייט-
לעכע פאָלקשול“ (שאַוול, 2291) און האָט אינגאַנצן צוגעשטימט
צו דער פּראָגראַם וואָס ווערט דאָרט פאָרגעלייגט. ווען עס איז
געקומען צו די עיקרים פון שול-בויאונג, האָט שמעון דובנאָוו
אַרויסגעוויזן זיין הסבם מיטן יידישיסטיש-פאָלקיסטישן שטאַנד-
פּונקט און געגעבן זיין הסכמה אויף פּראַקטישע פּלענער און
אַפילו טעאָרעטישע באַגרינדונגען.
און דאָ.ד זיינען דאָס רוב פאָלקיסטן זיך פונאַנדערגעגאַנגען
מיט שמעון דובנאָוון דווקא ביי אַ פּונקט וועגן יידיש. דאָס איז
געווען אין אויגוסט 7291, אויף אַ וועלט-קאָנפערענץ צו קעמפן
פאַר די רעכט פון דעם יידישן מיעוט. אין ציריך איז אָפּגע-
האַלטן געוואָרן די דאָזיקע קאָנפערענץ, געפירט פון לעאָן מאָצ-
קין. די פאָרשטייערס פון די פאָלקי,סטישע פּאַרטייען אין פּוילן,
ליטע און ווילנע (ווילנע איז געווען אַ גרופּע פאַר זיך) האָבן
פאָרגעלייגט אַז אין די פאָדערונגען וואָס די קאָנפערענץ שטעלט
אַרויס זאָל אויך איינגעשלאָסן ווערן דער קלאָרער פּונקט וועגן
רעכט פאַר דער שול אויף יידיש. די הייסע העברעאיסטן זיינען
שאַרף אַרויסגעטראָטן קעגן דעם ; די וואָס האָבן געוואָלט אַ
פּשרה און שלום האָבן פאָרגעלייגט אַזעלכע פאָרמולירונגען
וואָס זאָלן „באַפרידיקן“ אַלעמען. דער פאָרשלאָג פון די פאָל-
קיסטן איז ניט אָנגענומען געוואָרן. האָבן פיר פאָלקיסטישע
פאָרשטייערס פאַרלאָזן די קאָנפערענץ : נאָמבערג, צמח שאַבאַד,
עוזר פינקלשטיין (פון קאָוונע) און יוסף טשערניכאָוו. שמעון
דובנאָוו, וואָס האָט אויף דער קאָנפערענץ געהאַלטן אַ וויכטיקן
רעפעראַט, איז פאַרבליבן (ער האָט געהאַלטן אַז דער פאָרשלאָג
איז געווען אַ זייטיקער, ניט פון די ענינים וואָס די קאָנפערענץ
איז גערופן געוואָרן צוליב זיי). מיט אים איז אויך געבליבן ישראל
עפרויקין און דאַכט זיך אויך וו. לאַצקי. שפּעטער איז געווען
אויך אַ סכסוך, ווען עס איז געקומען צו דער יידישער אַגענטור.
פּרינציפּיעל זיינען די פאָלקיסטן געווען פאַרן אָנשליסן זיך,
אָבער בתנאי עס זאָלן גאַראַנטירט ווערן רעכט פאַר יידיש אין
ארץ-ישראל. דובנאָוו און די פריער דערמאָנטע ישראל עפ.רויקין
און וו. לאַצקי זיינען געווען קעגן אַזאַ תנאי מלכתחילה.
איז געווען אַ פּאָר יאָר אַ שטיקל פאַראיבל אויף דעם רבין,
למאַי ער באַטראַכט דעם הייסן יידישיזם ווי אַ מין „שפּראַך-
שאָוויניזם“. אָבער גראָד אין דער זעלביקער תקופה האָט שמעון
דובנאָוו אַלץ מער און מער אַרויסגעוויזן צוגעבונדנקייט צו
יידיש. מיט זיין גאַנצן אויטאָריטעט האָט ער געהאָלפן דעם
ייוואָ, און ער אַליין איז געווען דערמוטיקט און באַגייסטערט
פון די אויסגאַבעס פון ייוואָ. אין זיין התבודדות אין אַ וואַל-
דיקער פאָרשטאָט פון ריגע האָט ער זיך אינטערעסירט מיט
דער יידישער שול-באַוועגונג איבער דער וועלט. ער האָט זיך
געפרייט מיט דער „אויפבליאונג פון דער פאָלק.שפּראַך אין
דער גרעסערער העלפט פון דער יידישער נאַציע“, האָבנדיק
אין זינען מזרח-אייראָפּע און אויך אַמעריקע. אויף דער עלטער
איז ער געווען צופרידן מיט דעם וואָס עס איז פאַראַן אויך זיין
צושטייער אין דעם באַרג-אַרויף פון יידיש צו מער קולטוריש-
קייט. אָט דעם באַרג-אַרויף האָט ער באַטראַכט ווי איינעם
פון די וויכטיקסטע געווינסן פאַרן ווייטערדיקן שעפערישן נאַ-
ציאָנאַלן קיום.
06
שמעון דובנאָווס השפּעה ווי אַ היסטאָריקער
מיר האָבן זיך שוין אָפּגעשטעלט אויף דעם, ווי אַזוי שמעון
דובנאָוו האָט אויפגענומען, האָט באַנומען יידישע געשיכטע,
ווי אַזוי ער האָט דורך דעם יידישן עבר געזוכט צו געפינען
אַן ענטפער אויף די פּלאָנטערנישן פון דעם הווה און אַ וועג
צום עתיד. וועגן זיין היסטאָריאָסאָפיע איז שוין געווען גענוג
גערעדט, אָבער ניט וועגן זיין היסטאָריאָגראַפיע.
ווי הויך מע זאָל ניט אָפּשאַצן דובנאָוון דעם דענקער, מוז
מען דאָך איינזען אַז זיין השפּעה איז געווען — פון אַ היסטאָ-
ריקער. דאָ איז ער אין לשער פּאָפּולערער. דאָ האָט ער גאָראַט
רעלאַטיוו מער תלמידים. שמעון דובנאָוו, דער אויטאָדידאַקט
אָן שום דיפּלאָמען, האָט איבערגעלאָזט זיין שטעמפּל אויף דעם
גאַנצן ווייטערדיקן פאָרשן יידישע געשיכטע. פון אים ציער
זיך פעדעם צו אַלע יינגערע יידישע היסטאָריקערס פון די לעצ-
טע פופציק יאָר. זיינע דירעקטע תלמידים זיינען עס אָפן מודה,
אָבער אויך די אומדירעקטע, די וואָס האָבן ניט געוואָלט פּראָ-
קלאַמירן אַז זיי גייען אין דובנאָווס פוסטריט, זיינען פאַקטיש
„געזעסן ביי זיינע פיס“, אויב מיר זאָלן ניצן דעם תלמודישן
אויסדרוק וועגן רבי-תלמיד-באַציאונג. אַזוי ווי צונץ האָט
געשאַפן דעם גאַנג פאַר „חכמת היהדות“ פון דייטשלאַנד, אַזוי
האָט שמעון דובנאָוו געלייגט דעם פונדאַמענט פון דעם מאָרער-
נערן געשיכטלעכן פאָרשן הן אין מזרח-אייראָפּע, הן אין די קאָ-
לאָניעס פון מזרח-אייראָפּע, אַרייננעמענדיק אין קאָן אויך ארץ-
ישאל.
שמעון דוב, איז געווען דער גרויסער באַפרייער פון
געשיכטע-פאָרשונג. ער האָט זי באַפרייט פון צוויי מינים רייפן
וואָס האָבן זי געהאַט אַרומגענומען. יידישע גרעיכטע פלעגט
מען געבן אין אַ טעאָלאָגישער ראַם אָדער זי פאַרדעקן מיט
אַ פרום מענטעלע. עס איז אַ קוריאָז וואָס אָט דער טעאָלאָגי-
שער צוגאַנג איז געווען הן ביי יידן ה ביי ניט-יידן. אין בעסטן
פאל איז עס געווען אַ מין דיאַלאָג צווישן גאָט און זיין אויס-
דערוויילט פאָלק, וואָס ווערט אָפט געשטראָפט, ווייל עס שטייט
ניט גענוג הויך אין אָט דער אויסדערוויילטקייט. אין ערגסטן
פאל איז עס געווען אַ מין פאַרגעשיבטע צום קריסטנטום און
דערנאָך — די שטראָף און די וואַנדערונגען פון דעם זינדיקן
אַהאַספער, דעם ,שייביקן ייד“. און דערצו נאָך איז עס געווען
אַ וואָנדערונג פון אַ מין פאַרגליווערטער מומיע. דעריבער האָט
קיין נייע פאָרמולירונג ניט געבראַכט טאָינביס פּסק-דין אַז מיר
זיינען בלויז אַ פאַרשטיינערונג. שמעון דובנאָוו האָט אָפּגעוואָרפן
דאָס איבערמענטשלעכע, דאָס איראַציאָנאַלע און במילא דאָס
אומוויסנשאַפטלעכע. און געטאָן האָט ער עס ניט ,נאָר דעקלאַ-
דאַטיוו, נאָר קאָנקרעט ביים באַטראַכטן די אַלע תקופות אין אונ-
דזער געשיכטע ווי די געשיכטע פון איין היסטאָרישן אינדיוויד
וואָס איז אַנדערשדיק, אָבער מיט אַ ריין-מענטשלעכער אַנ-
דערשקייט.
יידישע געשיכטע האָט כמעט פון אָנהייב אָן געליטן פון
אַפּאָלאָגעטישקייט. דער געשיכטע-שרייבער האָט שטענדיק גע-
האַלטן אין איין פאַרענטפערן זיך פאַר ניט-יידן, ספּעציעל ווען
ער האָט געשריבן אויף אַ ניט-יידישער שפּראַך. שוין יוסף
פלאוויוס איז אַוועק אויף דעם דרך. ער האָט ניט בלויז זיך
גופא געדאַרפט פאַרענטפערן, ער האָט אויך געוואָלט אַז זיין
פאָלק זאָל געפינען חן אין די אויגן פון גריכישע אינטעליגענטן
און רוימישע הערשערס. האָט די יידישע היסטאָריאָגראַפיע
געהאַלטן אין באַצירן פון איין זייט, אין פאַרשווייגן פון דער
צווייטער זייט — און איז דערביי געווען אומפריי, געפענטעט.
די גוטע כּוונה פון זיין אַ סניגור האָט זיך ליידער געבונדן מיט
אַ געפיל פון מינעריקייט. — וואָס וועט זאָגן דער גוי ז — אָט
די אומרו האָט געדריקט. און כאָטש שמעון דובנאָוו האָט גע-
שריבן אויף רוסיש, איז זיין ריידן געווען געווענדט צום איינע-
נעם פאָלק, צו זיך. ס איז אַן אייגענער דין-וחשבון וועגן דעם
פאַרגאַנגענעם מיט אַן אייגענעם חשבון-הנפש, פאַר זיך, צוליב
זיך.
אויס טעאָלאָריע, אויס אַפּאָלאָגעטיק. האָט דאָס גופא גע-
געבן אַ שטויס פאַרן וויסנשאַפטלעכן פאָרשן. דערצו איז נאָך
צוגעקומען די באַמיאונג צו זיין סאָציאָלאָגיש. דאָ ווערט מיט
26
כוונה געואָגט „באַמיאונג“. ווייל צו קיין סאָציאַלער געשיכטע
פון יידישן פאָלק האָט שמעון דובנאָוו אַליין, מיט אַזוי ווייניק
פאַראַרבעטן אויף דעם געביט, ניט געקענט גרייכן. אָבער די
פּראָבלעם איז געשטעלט געוואָרן, און זיינע דירעקטע און אומ-
דירעקטע תלמידים האָבן דערנאָך געאַרבעט כדי צו דערגאַנצן
די בלויזן וואָס זיינען פאַרבליבן נאָך דובנאָוון. דעם רבינס
אויפטו איז געווען וואָס ער האָט אַוועקגעשטעלט דאָס סאָציאַלע
ווי אַ מין אַרויסרוף, ווי אַ פאָדערונג. און ער האָט אויך דאָ און
דאָרט אָנגעוואָרפן די התחלות פאַר אַזאַ געשיכטע, וואָס זי זאָל
שטעלן דעם טראָפּ אויף דעם וואָס איז פאָרגעקומען אינעווייניק
אין דער יידישער געזעלשאַפט. דער דאָזיקער אָנהייב איז גע-
ווען גוואַלדיק פּראָדוקטיוו. געווען אויך יונגע היסטאָריקערס
וואָס האָרן געמיינט אַז זיי האָבן דאָ רעבעלירט קעגן שמעון
דובנאָוון, בעת אין-דער-אמתן האָרן זיי אים דערגאַנצט.
שמעון דובנאָוו האָט אָפּגעוואָרפן די הנחה אַז מיר זיינען
געווען ניט מער ווי אַן אָביעקט פאַר אַנדערע. ער האָט אַרויס-
געהויבן דעם סוביעקט, דאָס יידישע פאָלק וואָס שמידט זיין
געשיכטע. אָבער אין דער זעלביקער צייט האָט ער ריכטיק
פאַרבונדן אונדזער געשיכטע מיט דעם גאָרן גאַנג פון דער
היסטאָרישער אַנטוויקלונג. דאָס איז בולטער פון אַלץ פאַראַן
אין דעם אופן ווי ער טיילט איין אונדזער געשיכטע אין פּעריאָדן
און ווי ער שילדערט דעם צווישנשפּיל פון יידן און וועלט, וועלט
און ייד. אונדזער געשיכטע איז טאַקע אַנדערשדיק, אָבער איז
איינגעראַמט אין דער וועלט-געשיכטע. אָפּגעזונדערט פון אַרום
(מיטן אייגענעם ווילן און איבער פרעמדע מוחות), גייען מיר
דאָך מיט אָדער מיר גייען פאָרויס, און די גרונטיקע שיסן-
בייטענישן זיינען די זעלביקע פאַר אונדז און פאַר דעם אַרום.
שמעון דובנאָוו האָט אויך אויף אַ קאָנקרעטן אופן אונדז
געגעבן די כסדרדיקע המשכדיקייט פון אונדזער געשיכטע. ניטאָ
קיין שפּרונג איבערן לאַנגן גלות, ניטאָ קיין פאַרגעסן תקופות
אָדער באַזונדערע קיבוצים. נאָר עס איז פאַראַן אַ באַשטרעב
צו געבן האָט כאַראַקטעריסטישע הן פון יעדער תקופה, הן פון
יעדן וויכטיקן קיבוץ. אָט די פינף אייגנשאַפטן — א) ניט טעאָ-
לאָגיש, נאָר פאָלקיש און מענטשלעך ; ב) ניט אַפּאָלאָגעטיש,
נאָר געווענדט צו זיך ; ג) דער אַלגעמיינער סאָציאָלאָגישער
צוגאַנג ; ד) וועלטישקייט ; ה) המשכדיקייט — !האָבן זיך אַרויפ-
געפרעסט אויפן גאַנצן ווייטערדיקן פאָרשן יידישע געשיכטע.
אין דעם שטעקט די גרויסע השפּעה פון דעם היסטאָריקער דעם
וועגווייזער פאַר די וואָס האָבן אָנגעהויבן שפּעטער ווי ער. די
דאָזיקע השפּעה וועט אַפּנים ניט אָפּגעמעקט ווערן. מע וועט זיך
שוין ניט צוריקקערן צו אַ פאַרדובנאָווישער געשיכטע-שרייבונג.
אָבער ניט נאָר אויף פראָפעסיאָנאַלע היסטאָריקערס האָט
געווירקט שמעון דובנאָוו. ער האָט משפּיע געווען דעם אופן
פון אונדזער געוויינטלעכן היינטצייטיקן באַנעמען יידישע גע-
שיכטע. דאָ איז ער באמת געווען אַ מדריך פון אַ דור, אפשר
פון מער ווי איין דור. מיר זעען יידישע געשיכטע לויט דער
סכעמע און אין דער פּעריאָדיזירונג, ווי עס האָט זיי איינגע-
שטעלט שמעון דובנאָוו. און גראָד סכעמע און איונטיילונג אין
פּעריאָדן איז באַזונדער וויכטיק פאַר אונדז, ווייל אונחער גע-
שיכטע איז דאָך אַזוי לאַנג אויסגעצויגן אין צייט. עס האָט זיך
איינגעקריצט אין אונדז אויך די פאָרשטעלונג וועגן וואָנדערונג
פון צענטערס, וועגן תקופות פון איינצענטרישקייט און צוויי-
צענטרישקייט, וועגן פון אַ געוויסן צענטער אין אַ
געוויסער תקופה. דאָס איז געוואָרן אַן ענין פאַר טראַכטענישן
און שמועסן צווישן ישישע אינטעליגענטערע מענטשן. דאָס
אַלץ איז געוואָרן אַ טייל פון אונדזער אייגענעם באַנעמען די
פאַרגאַנגענע און די איצטיקע וועלט. עס קומען גיכער אויף
אַנאַלאָגיעס צווישן היינט און אַמאָל. מיר דערזען : עס זיינען
שוין געווען פאַרשיידענע „לעצטע דורות“, פּונקט ווי מיר זיינען
דער לעצטער דיר מזרח-אייראָפּעאישע יידן — און דאָך עם
ישראל חי. מיר דערבליקן : צווייצעניטרישקייט, ווען מיר האָבן
אין זינען מדינת ישראל און אַמעריקאַנער יידן, איז ניט קיין
נייס פאַר אונדז. און מיר קענען זיך גרינגער פאַרטיפן אין
צווישנאַנאַנדיקע באַציאונגען אין אַ תקופה פון צוריצענטרישקייט.
הבלל, פאַראַן אַ דובנאָוו-שטעמפּל אויף אַ צאָל פּאָפּולערע
געשיכטלעכע פאָרשטעלונגען און אַן אָפּשפּיגלונג פון דובמעוס
באַנעמען גאָריכטע אין אונדזערע היינצייטיקע פראָבלעם-שטע-
לונג און פּראָבלעמען-באַטראַכטונג. אַזוי ווי שמעון דובנאָוו
גופא, זיינען מיר נוטה זיך צו לערנען (אָדער צו וועלן זיך לער-
46
גען) פון אונדזער געשיכטע פאַרן היינט און פאַרן מאָרגן, אויף
וויפל ,מע קען אים פאָרויסזען אָדער פאָרויספילן.
און דאָס וויכטיקסטע פון דובנאָווס השפּעה שטעקט אין דעם
ווערן געשיכטע-באַוואוסטזיניק, אין דעם קוקן אויף צוריק כדי
צו וויסן וואו .מע האַלט אין דער וועלט. עס איז ניט אמת אַז דאָס
ווייזט זיך אַרויס ערשט פון נאָכן חורבן. שוין אין די צוואַנ-
ציקער און אין די דרייסיקער יאָרן פון אונדזער יאָרהונדערט
איז דאָס געווען קאָנטיק ביי טראַכטנדיקע יידן. געשיכטע-פאַר-
שונג איז שוין דעמאָלט געווען פּאָפּולערער ווי אַלע אַנדערע
אָפּצווייגן פון אונדזער יידיש וויסן. איצט, נאָך די גרויליקע
יאָרן, איז עס באַלויכטן מיט אַ שיין פון קדושה און פאַרצויגן
מיט אומגעשטילטן טרויער.
און קיינער האָט אַזוי ניט פאָפּולער געמאַכט ביי אונח גע-
שיכטע ווי שמעון דובנאָוו האָט עס באַוויזן צו טאָן.
ווען מיר האָבן פאַר זיך די צען בענד „וועלט-געשיכטע פון
ישישן פאָלק“, דערזעט מען אַז ניט אַלץ האָט זיך דובנאָוון
איינגעגעבן אין דער זעליבקער מאָס. איין מענטש קען ניט זיין
אַ באמתדיקער מומחה אין אַ געשיכטע פון כמעט מיר טויזנט
יאָר. איין געלערנטער קען ניט זיין אַ בקי אין אַלע ערדשיקע
מקורים פון אַ געשיכטע, צעוואָרפן איבער אַזוי פיל לענדער.
קומט אויס דעם היסטאָריקער וואָס וויל אונח געבן דאָס סיג-
טעטישע בילד פון אונדזער גאַנג איבער דער וועלט צו שעפּן
אויך פון צווייטיקע קוואָלן. דעריבער דערשיינט פאַר אונדז דער
היסטאָריקער דובנאָוו אין אַ צוריאיק ליכט : ווי דער היסטאָ-
דיקער פון גמזרח-איוראָפּעאישן יידנטום, אַן ערד פון זינט דעם
61טן יאָרהונדערט, איז ער געווען דער וואָס האָט אי געלייגט
דעם פונדאַמענט, אי געמאַט אַרער אַליין צונויפגעקליבן די
ציגל, אי אויפגעשטעלט דאָס גאַנצע געביי ; ווי דער היסטאָרי-
קער פון אַלע אַנדערע תקופות און אַנדערע קיבוצים איז ער
געווען דער איבערבויער, דער איבערשטעלער פון דעם וואָס
אַנדערע האָבן אויפגעשטעלט, אפשר ניט אינגאַנצן געראָטן,
אָבער דאָך אויפגעשטעלט.
אויף די שטחים, וואָס שמעון דובנאַרו האָט די אויסגע-
פאָרשט פון סאַמע גרונט, איז ער געווען דער פולער בעל-הרית.
ער איז ניט געווען אָרהענגיק פון אַנדערע, פון פריערדיקע. האָט
דומשו די געשיכטע .פון חסידות, פון השכלה, פון ועד-אַרבע-
אָרצות, די פּאָליטישע געשיכטע פון די לעצטע יאָרהונדערטער
אין מזרח-אייראָרע און נאָך איינציק.ע באוּועגונגען אָדער פּרטים
פון דער צייט און דעם געאָרראַפישן אָרשניש — געפורעמט
איננאָנח לויט זיין גוסט און זיין באַנעם. האָט הייסט ניט אַז
אַלע איז דאָרטן אין מצב פון אַזאַ שלימות אַז עס בלייבט ניט
מער וואָס ווייטער צו פאָרשן. אַזוינס איז בכלל ניט שייך. ווי
שוין דערמאָנט, האָבן דובנאָווס אייגענע תלמידים אים אי דער-
נאָנצט אי קאָרעגירט. און די קומענדיקע דורות וועלן דאָ האָבן
נאָך גענוג אַרבעט. איך וויל נאָר זאָרן אַז דער גרויסער מייס-
מער האָט דאָ געהאַט אין זיינע הענט הן די מכשירים צו דער
אַרבעט, הן די טיפע קענטדשפט פון בוי-מאַטעריאַל.
צו די אַנדערע תקופות איז שמעון דובנאָוו צוגע אַנגען
מיט זיין פּלאַן און מיט זיין ,מעטאָד, אָבער ער האָט זיך געמוזט
פֿאַרלאָזן אויף דעם וואָס אַנדערע האָרן פאַר אים צוגעגרייט.
ער האָט ווי אַ בעל-מלמעה געהאַט אייגענע מכשירים, אָבער
געקויפטן מאַטעריאַל. אַפילו מיטן איינגעבן די אייגענע
דובנאָווישע אידייען, אַפילו מיט די אָפט אָריגינעלע איבערשאַ-
צונגען, — האָט דובנאָוו דאָ ניט געקענט זיין גענוג פריי. זיינער
דאָ ווייניק דיבנאַררשע חידושים ביים דערציילן וועגן דער
„גאָלדענער“ תקופה פון שפּאַניע, וועגן דער תלמודימער תקופה
אין בבל, וועגן לעבן אין די מערב-אייראָפּעאישע לענדער ביז
צו דער נישר צייט. אַן אינעווייניקסטע אומזיכערקייט שפּירט
זיך אַרויס ביים באַאַרבעטן די גאָר אַלטע יידישע געשיכטע.
אַגב, האָט שמעון דובנאָוו זי עטלעכע מאָל איבערגראָרבעט, אויס-
ניצנדיק און אָפּדשצגדיק נייערע און נייערע פאָרשונגען. אָבער
אין דער פאָרעם ווי זי איז צו אונדז דערנאָנגען אין זיין לעצטער
רעדאַקציע (אין דעם ערשטן באַנד פון דער צענבענדיקער וועלט-
געשיכטע) איז זי שוין פאַרעלטערט, אָראַנק די קאָלאָסאַלע
אויסגעפינסן און דערגרייכן פון די לעצטע דרייסיק יאָר.
אָבער שמעון דובנאָוו האָט קיין איין אָפּטייל פון דער יידי-
שער געשיכטע ניט איבערדערציילט סתם אַזוי. ער איז דיין
מאָל ניט נאָכגעגאַנגען זיינע פאָרגייערס בלינדערהייט. ער האָט
כּסדר און אומעטום איבערגעשטעלט דעם טראָפּ — פון דעם
רעליגיעזן אויפן נאַציאָנאַלן, פון יחידישן אויפן כללישן, פת דעם
דרויסנדיקן אויפן אינעוריניקסטן, בבל אופן אויף וויפל ער האָט
געהאַט פאַר דעם עפּעס אַן אָנשפּאָר. ער האָט אויך די תקופות,
וואָס זי,רע ערשטיקע מקורים האָט ער ניט געהאַט געפאָרשט,
איבערגעטייטשט דובנאָוויסטיש. אַ בולטער ביישפּיל : זיין געבן
אונדז דעם אונטערשייד צווישן צדוקים און פּרושים ווי צוויי
שיטות און צוויי ענטפערט אויף דער שאַלה — ווי קען די יידי-
שע אומה זיך אויפהאַלטן : מלוכהש אָרגאַניזירט אָדער גייסטיק
צונויפגעבונדן ?
עכטע מייסטערשאַפט ווערט דערגרייכט ביים געבן איבער-
בליקן איבער תקופות און איבער קיבוצים. די אַריינפירן צו די
באַזונדערע קאַפּיטלען יידישע געשיכטע זיינען די סאַמע אינ-
טערעסאַנטע זייטן פון דעם גרויסן ווערק. עס זיינען אויך גרויס-
מייסטערדיק די עפּילאָגן. די דראַמע פון דער יידישער געשיכטע
ווערט אדאַנק דעם העלער באַלויכטן ; די באַזונדערע אַקטן
קריגן מער זינען און קייטלען זיך ענגער צונויף.
איך געדענק אויך אַז ווי אַ לערער און ווי אַ לעקטאָר פלעגט
דובנאָוו פאַרכאַפּן זיינע צוהערערס ביים פאָרמוליִרן סך-הבלען,
ביים געבן מיט ברייטע און זיכערע פּענדזל-שטריכן דאָס מינ-
טעטישע בילד, בעת דאָס פונאַנדערלייגן די פּרטים האָט ניט
פאַרמאָגט דעם דאָזיקן שוואָונק. דובנאָוו האָט דאָך שטענדיק
אויסגעמיטן דעם מאָמענט פון סענסאַציע און זיך געשראָקן
פאַר גוזמא. ער האָט אויך כסדר געצוימט דאָס עמאָציאָנעלע.
זיין רעדן איז געווען ענלעך אין סטיל צו זיין שרייבן. לאַנגע,
שיין געבויטע זאַצן פלעגן אַרויסקומען ביי אים גרינג און נאָ-
טירלעך. אָבער דאָך איז געווען אַ געוויסע טרו.קנקייט אין זיין
סטיל.
געשיכטע איז אַ וויסנדשפט, אמת אַ וויסנשאַפט „סואי
גענעריס“, פון אַ ספּעציעלן מין. דער „אמת“ פון געשיכטע
איז נאָר אַ רעלאַטיווער אמת, געזען דורך אַ פּריזמע פון אַ באַ-
שטימטן יחיד, אין אַ באַשטימטער צייט. מע קען ניט רישן
וועגן „געזעצן פון געשיכטע“, מע קען נאָר האָבן אין זינען אַ
באַשטימטן גאַנג אָדער לויף פון דער געשיכטע. דאָך קען מען
ריידן וועגן ערלעכער און אומערלעכער געשיכטע-שרייבונג.
76
מען איז ערלעך, ווען מע פאַרדרייט ניט קיין פאַקטן, ווען מע
לאָזט ניט אין אַ זייט געשעענישן וואָס פּאַסן זיך ניט אַריין אין
די מוונית .פון דעם געשיכטע-שרייבער (און כוונות האָט יעדער
היסטאָריקער ז). מען איז ערלעך ווען מע באַמיט זיך צו זען דאָ
גאַנצע בילד און ווען מע שאַרזשי.רט ניט. אַן ערלעכער היס-
טאָריקער דאַרף ראשית-בל זיין אַן עטישער מענטש. עס כאַפּט
ממש אָן אַ גרויל, ווען מע פאַרטראַכט זיך איבער דעם ריפל
אומערלעכקייט עס איז פאַראַן אין געשיכטעס פון פעלקער את
לענדער. דער באַרימטער —משפּט פת געשיכטע“ איז ניט אייז
מאָל געווען אַ משפּט פון ניט גענוג ערלעכע אָדער לכל-הפּחות
ניט גענוג אָפּגעהיטע שופטים. און נאָך שווערער ווערט אויפן
האַרצן, ווען מע טראַכט וויפל אומגעזונטע שטריכן עס ווייזן זיך
אַרויס הן ווען ניט-יידן שרייבן יידישע געשיכטע, הן אַפילו
ווען דאָס טוען אייגענע, אָבער וואָס האָבן זיך דועדע פּריוואָטע
דשבונות מיטן אייגענעם פאָלק.
שמעון דובנאָוו האָט מיט אַלע מוחות זיך געמיט צו זיין
אַן „אָביעקטיווער“, אַן ערלעכער געשיסטע-שרייבער. ער האָט
ניט געוואָלט זיין ניט קיין פראָקוראָר און ניט קיין פאַרטיליקער.
ער האָט זיך ניט געיאָגט נאָך דעם סענסאַציאָנעלן. ער האַלט
כסדר אין אַרויסהייבן אַז ער באַטראַכט די יידישע געשיכטע
ווי די געשיכטע פון אַ פאָלק. אויב דאָס איז טענדענץ — זאָל
עס זיין טענדענציעז. ער האָט אויף קיין איין רגע ניט געלאָזט
פאַרגעסן אַז עס גייט אים אין לעבן קיום האומה. אויב דאָס איז
אַן עוולה — איז עס אַ געבענטשטע עוולה פאַר אונדז. אָבער
אַדאַנק אָט דעם קוק, דער כּוונה אָדער „טענדענץ“, איז שמעון
דובנאָוו פאַר אונדז דער גרויסער היסטאָריקער, דער געטרייער
געשיכטע-לערער אונדזערער. פון דעם נעמט זיך אויך זיין
השפּעה אויף אונדז.
געשיבטע-שרייבונג איז אויך נאָענט צו קונסט. ניט אומ-
זיסט איז ביי די אַלטע גריכן געווען אַ באַזונדערע מוזע פאַר
געשיכטע. דער עצם פּראָצעס פון פאָרשן האָט ניט צו טאָן מיט
קונסט. עס פאָדערט זיך גענוג התמדה, גענוג שאַרפזין, גענוג
יישוב-יהרעת — אַלץ גאַנץ פּראָראַאישע ענינים. עס קומט אויס
צו זיין קריטיש און אַנאַליטיש. אָבער ווער מע האָרף דער-
ציילן וואָס מע האָט דערגרייכט נאָכן גריבלען זיך אין בערג
86
דאָקומענטן און נאָכן וועגן און .מעסטן באַזונדערע פאַקטן און
פאַקטעלעך, — איז דאָ אַ באַדערפעניש אין קונסט. עס איז
נייטיק מאָס, עס איז נייטיק געמיט. עס איז גוט ווען עס איז פאַ-
ראַן דערציילערישע און באַשרייבערישע פעאיקייט.
ווי אַ דערציילער האָט שמעון דובנאָוו די גרויסע מ—
וואָס עס גייט ביי אים, וואָס עס שטראָמט דער סיפּור-המעשה.
ער האָט נאָנע באַוואוסטזיניק זיך געמיט צו באַהאַלטן דעם ריח
פון שווייס — און אָן שווייס, דאָס הייסט אָן אַ ים האָרעוואַניע,
קען מען קיין זאַך ניט דערגרייכן. עס דאַכט זיך אויס אַז דוב-
נאָוון איז אַלץ גרינג אָנגעקומען. פאַרשטייט זיך אַז דאָס איז
נאָר אַן אָפּדאַכטעניש, אַ רעזולטאַט פון גוטן דערציילערישן
סטיל. דובנאַרו האָט ניט געוואָלט זיך אויסצירן מיט די פע-
דערן פון פאָרשעריי. איז ער קאַרג מיט הערות און מראה-
מקומותן. עס איז ניטאָ ביי אים די גרויקייט פון דיסערטאַ-
ציעט, אַפילו האָדטן וואו ער איז טאַקע דער ערשטער דורכ-
אַקערער פון רויערד. ער איז ניט קיין גריבלער און ניט קיין
יענער נאָך פּרטימלעך. נאָר אַזאַ טיפּ היסטאָריקער קען ווערן
אַ נאַציאָנאַלער היסטאָריקער. און שמעון דובנאָוו איז עס
געווען.
ווען מע זוכט פאַרגלייכונגען מיט קונסט, וואַרפט זיך גלייך
אין די אויגן דער גרויסער חילוק צווישן גרעצן און דובנאָוון.
גרעץ איז זיכער געווען אַ קינסטלער, ער איז געווען אַן אויס-
געצייכנטער פּאָרטרעטן-מאָלער. די העכסטע מדרגה פון דוב-
נאָווס קונסט איז אַרכיטעקטור, דאָס גאַצנע געביי, זיינע קאָנטורן.
דער פולער איינדרוק פון דעם אויפגעשטעלטן בנין. דערצו איז
ער נאָך געווען אַ יידישלעכער אַרכיטעקט, דאָס הייסט מיט אַ
וואַרעם יידיש האַרץ און מיט דער כוונה צו קומען צו אַ מוסר-
השכל, אַ לעבנס-לערע פאַר זיך און פאַר זיין פאָלק.
אַ לעבן פון וויִלן און מיט ווערדע
שמעון דובנאָוו איז געווען ניט בלויז אַן אויטאָדידאַקט
וואָס איז געוואָרן דער גרויטער מומחה, דער עכטער געלערנ-
טער אויפן שטח פון יידישער היסטאָריאָגראַפיע. ער איז גע-
ווען אַן אויטאָאיסט, אויב מע מען ניצן אַזאַ מין וואָרט. שמעון
דובנאָוו האָט זיך אַליין אויסגעפורעמט. ער האָט אַליין גע-
שטאַלטיקט זיין לעבן. ער האָט זיך געלאָזט פירן נאָר פון זיין
אייגענעם פּלאַן פאַר זיך, אַ גרויסן פּלאַן, אויסגערעכנט אויף
יאָרן-לאַנג, אויף אַ גאַנץ לעבן. און זיין לעבן איז געוואָרן
אַ מערקווערדיק דורכפירן דעם אייגענעם ווילן. ער האָט
כסדר פאַררוקט אין אַ זייט אָדער בכלל זיך ניט גערעכנט מיט
די אַלע מכשולים וואָס ער האָט אָנגעטראָפן אויפן לעבנסוועג.
נאָך אין זיינע יונגע יאָרן האָט ער איינגעזען אַז ער פאַר-
טאָגט נאָר איין לעבן, טאָר מען עס ניט פאַרתּכלעווען אויף צו
האָבן פון וואַנען צו לעבן. עס איז דאָך אינטערעסאַנט וואָס
צווישן דער גאַנצער גרופּע חכמי-אַדעם איז ער געווען דער
איינציקער וואָס האָט ניט געהאַט קיין זייטיקע פּר.נסתּ דוב-
נאָווס נאָענטער פריינד אהד-העם איז געווען אַן אָנגעשטעלטער
(אַ קורצע צייט האָבט זיך אַליין געווען פאַר.טאָן אין מסחר),
מענדעלע מוכר-ספרים איז געווען אַ מנהל פון אַ תלמוד-תורה,
משה-לויב ליליענבלום איז געווען אַ סעקרעטאַר אין דער חברה-
קדישא, און אַזוי אויך די אַנדערע פון דער גרופּע. גאָר שמעון
דובנאָוו האָט זיך פאַרנומען בלויז מיט ליטעראַרישע און וויסנ-
שאַפטלעכע אַרבעטן. און אַזוי האָט ער זיך אויך געפירט אין
דער ווילנער תקופה פון זיין לעבן און אין די פּראָדוקטיווע
פּעטערבורגער יאָרן. מע קען דאָך ניט אַוועקגעבן די בעסטע
שעהן פון טאָג אויף עפּעס וואָס איז ניט דירעקט פאַרבונדן
מיט דעם לעבנסציל ! אין דעם שטעקט אַ שטילע גבורה וואָס
מע באַנייט זי טאָג-איין טאָג-אויס.
האָט שמעון דובנאָוו גענשען אויף זיך דעם עול צו לעבן
באַשיידענער ווי באַשיידן. האָט ער פון דער צייט וואָס ווערט
יעדערן צוגעטיילט אַרויסגעראַנגלט פאַר זיך, פאַר זיין לעבנס-
פּלאַן, גענוג טויזנטער שעהן אויף דורכצופירן וואָס ער האָט
געוואָלט.
עס איז אין דער לעבנס-אַרבע.ט ניט געווען קיין פער-
זענלעכער פאַרמעסט, ניט געווען קיין ורחן וואָס מע קען, קיין
איניש אַרויסשטעלן זיך. שמעון דובנאָוו האָט געהערט צו יע-
נעם וואָונדערלעכן דור וואָס האָט געלעבט מיט אַ געוויסן וואָס
איז געוואָרן אַ נאַציאָנאַל געוויסן. פּונקט ווי דער טראַדיציאָ-
נעלער ייד האָט געלעבט צו דינען גאָט, אַזוי האָט זיין דור
גענומען לעבן כדי צו דינען דעם פאָלק. דאָס איז געווען די
גייסטיקע רעוואָלוציע פון די אַכציקער יאָרן. ווי זאָל מען
אָבער אויסטייטשן דעם רוף פון געוויסן ז צוויי פּירושים
זיינען מיגלעך : דינען דעם פאָלק דורך געזעלשאַפטלעכער
אַרבעט, דאָס הייסט העלפן אים אין זיין טאָגטעגלער- געראַנגל
פאַר קיום ; אָדער דינען דעם פאָלק דורך וויסנשאַפט, דאָס
הייסט דורך שטודירן און דורך ריכטיק באַנעמען זיין עבר,
אָנמערקן דעם דרך פאַר זיין עתיד. שמעון דובנאָוו האָט אָמע-
נומען ביידע פּירושים, אָבער עס איז ניט געווען קיין גלייכ-
געוויכט צווישן זיי. נאָר זעלטן און בלויז אויף אַ קורצער צייט
האָט דער רוף צו געזעלשאָרטלעכקייט גובר געווען. דובנאָוו
האָט דערציילט אַז אין די יאָרן 5091-7091 האָט ער אַ סך צייט
אָפּגעריסן פון פאַרטרונקען זיין אין נעכטנס פאַר כלל-ענינים
פון דעם צערודערטן היינט. דאָס אייגענע איז געשען אין 7191,
אָבער איך בין אַן עדות ווי ער האָט זיך געווערט קעגן אָפּרייסן
אים פון שרייבן געשיכטע, ווי ער האָט זיך שטענדיק געבעטן .
—איר קענט זיך באַגיין אָן מיר“.
שמעון דובנאָוו האָט ניט געהאַט קיין אינטערעס פאַר דעם
וואָס מע רופט קליין-פּאָליטיק. צווישן-פּאַרטייאישע און אין-
פּאָרטייאישע קאָנקורענץ און סכסוכימלעך זיינען געווען ווייט
פון אים. אָרגאַניזאַציאָנעלע פּראָבלעמען האָט ער אַפילו ניט
תּופס געווען. ער איז תמיד געווען גרייט אויף יעדער טאַק-
מישער פּשרה. אָבער ווי נאָר עס איז געקומען עפּעס וואָס
רירט אָן אַ גרונט-פּרינציפּ, איז ער געווען האַרט ווי שטיין
און אומבייגיק. אויף זיצונגען ביז טיף אין דער נאַכט פלעגט
17
ער מיט שטילן פייער אַרגומענטירן לטובת זיינע דובנאַרויס-
טישע יסודות : פאַרן נייעם יידנטום, פאַר פאָלקס-פּריגציפּ קעגן
גרופּע-אינטערעסן, פאַר זיין באַנעם פון אויטאָנאָמיע. ער האָט
ניט געוואָלט זיך אָפּרייסן פון זיין שרייבטיש אויף עטלעכע
טעג כדי זיך צו באַטייליקן אין דער גרינדונגס-קאָנפערענץ
פון דער באַנייטער פאָלקספּאַרטיי (מאָסקווע, סוף יוני און
אָנהייב יולי 7191), אָבער ער האָט ניט געזשאַלעוועט קיין צייט
איבערצוטראַכטן און צו אַמפּערן זיך וועגן יעדער וואָרט פון
דער אויסגעברייטערטער און איבערפאָרמולירטער פּראָגראַם.
דובנאָוו האָט קיינמאָל זיך ניט געיאָגט צו האָבן אַ סך
אָנהענגערס. אין כּמות האָט ער בכלל ניט געזען קיין שום מוח.
דער ברוב עס איז געווען אַזוי ווי אַ באַלאַסט פאַר אים. אין
די קורצע חדשים פון דער פעברואַר-רעוואָלוציע האָט ער
בכיוון דורכגעלאָזן געלעגנהייטן אַרויסצוטרעטן אויף פאַלקס-
פאַרזאַמלונגען. דערפאַר האָט ער געזוכט אַזעלכע געלעגנהייטן
שוין נאָכדעם ווי די מאַכט איז געווען אין די הענט פון די
באָלשעוויקעס, און עס איז דאָך נאָך געווען צום טייל אַ רעשטל
פון פ.רייהייט פון וואָרט. דובנאָוו איז אויף די פאַלקס-פאַר-
זאַמלונגען סוף 7191 און אָנהייב 8191 געווען דער סאַמע מו-
טיקער. אָן שום איבערקלערענישן וועגן דער סכּנה פאַר זיך
האָט ער געוואָרפן דער נייער מאַכט אין פּנים אַריין : „נייע
טיראַנען“, „מערדערס פון פרייהייט“, „באַגרעבערס פון דער
גאַנצער עטישער קולטור פון דער מענטשהייט“ — מיט פּאַראַ-
לעלן פון די פינצטערסטע צייטן אין דער גע-
שיכטע. אויף אַזעלכע פאַרזאַמלונגען זיינען געווען יידישע
יוצר-משרתים פון די באָלשעוויקעס. אויף איינער אַזאַ פאַר-
זאַמלונג איז געקומען, ווי זייערער אַן אָפיציעלער אָפּאָנענט
אַ לינקער עס-ער. דובנאָוו איז אין זיינע שאַרפע אַרויסטריטן
קעגן די באָלשעוויקעס געווען רעדנעריש גרויס, פּונקט ווי
ער איז געווען מענטשלעך גרויס. איך געדענק אויך דעם
שטאַרקן רושם פון זיין מוטיקן אַרטיקל „דער נישר מבול“,
געדרוקט אָנהייב 8191 אין „פאָלקסבלאַט“.
שמעון דובנאָוו איז ניט געווען קיין אָפּגעשלאָסענער קאַבי-
נעט-מענטש. ער האָט תמיד מיטגעציטערט און מיטגעוריטיקט
מיט אַלע געשעענישן פון זיין צייט, ספּעציעל אויב זיי האָר-
27
געהאַט עפּעס צו טאָן מיט יידן (און וואָס האָט ניט צו טאָן מיט
יידן ז). ער האָט נאָר גובר געווען דעם אינעווייניקסטן רוף
זיך צו מיטן און צו רעאַגירן, און צו באַווירקן געשעענישן,
ווייל דער אַנדערער רוף צו דער יידישער געשיכטע איז געווען
אין אים מאַכטיקער.
אַוודאי איז ער געווען פון די זעלטענע מתמידים אַפילו
ביי אַ פאָלק וואָס האָט דורות-לאַנג קולטיווירט מתמידים. ער
האָט געוואָוסט דעם סוד פון דעם ווילנע.ר גאון אַז כדי צו ווערן
אַ מומחה דאַרף מען קויפן נאָך אַ גראָשנדיק ליכטל. זיין
אַרבעטסטאָג האָט אָפט זיך אָנגעהויבן זיבן אינדערפרי. ער
איז געווען אַזוי אויסדיסציפּלינירט אַז ער האָט קיין צייט
ניט געבטלט. פאַר אַ וויסנשאַפטלער איז עס אפשר ניט קיין
חידוש, נאָר ער איז דאָך פאָרט געווען אַזאַ חשובער געזעל-
שאַפטלעכער טוער. האָט ער געמוזט פירן אַ מין שטרענגע
בוכהאַלטעריע פאַר זיין צייט. אַפילו אין סאַמע ברען פון וועלט-
געשעענישן אַרום אים. און דאָך האָט ער דאַכט זיך תמיד
געהאַט צייט פאַר זיין עולם-הזה — שפּאַצירן — און פאַר
פריינד. אומעטום וואו ער האָט געלעבט האָט ער געהאַט
פריינד, און עס איז געווען גרינג צו ווערן מיט אים אַ פריינד.
זיי זיינען אָפט געווען זיינע אידייאישע קעגנערס. עס איז דירנ-
דיק און פאַר אונדזער תקופה אומפאַרשטענדלעך די כמעט
לעבנס-לאַנגע פריינדשאַפט צווישן אים און אַחד-העמען. פריינד-
שאַפט צווישן דערוואַקסענע ווערט צעמענטירט דורך קעגנ-
זייטיקן דרך-ארץ. דובנאָוו האָט בּטבע געזוכט און געפונען
דאָס פּאָזיטיווע אין דעם מיטמענטשן, און ער גופא האָט מ.יד
אַרויסגערופן דרך-ארץ צו זיך.
עס איז אויסגעקומען צו הערן שאַרפע ווערטער וועגן און
קעגן וויכטיקע געזעלשאַפטלעכע טוערס אין פעטערבורג, אָבער
ניט בנוגע דובנאָוון. עס האָט געדרייט פון אים מיט אַ מין
עניוותדיקער ווערדע. אַלע האָבן געוואוסט אַז ער האָט ניט
קיין שום פּערזענלעכע פּניות. אַלע האָבן געוואוסט אַז דובנאָוו
יאָגט זיך ניט נאָך כבוד אָדער נאָך פּרסום. ער האָט ניט
געשפּילט קיין ראָלע פון אַ רבין. עס איז געווען קעגן זיין
נאַטור אין עפּעס אַ פאָרעם „פּראַווען טיש“. ער האָט זיך ניט
גענייטיקט אין אַזעלכע וואָס זאָלן צושאָקלען מיטן קאָפּ אויף
יאָ, אָדער וואָס זאָלן אים חנפענען, אָדער וואָס זאָלן אַריין אין
התפּעלות פון זיינס אַ וואָרט. ער איז תמיד געווען נאַטירלעך,
דירעקט, געמיינט — וואָס געזאָגט, און געזאָגט פּשוט און ערלעך.
טעאַטראַלישקייט איז אַ פאַרשפּרייטער חטא אין געזעלשאַפטלעכן
לעבן. ביי דובנאָוון וואָלט מען אַפילו דורך אַ פאַרגרעסער-
גלאָז ניט געקענט געפינען קיין שטויבעלע טעאַטראַלישקייט.
ער האָט זיך קיינמאָל ניט געקלאָגט אויף עפּעס אָדער עמעצן.
ער איז געווען סענטימענטאַל אָדער זיך אַראָפּגערעדט פון
האַרצן נאָר פאַר זיין טאָגבוך (קען זיין אַז דערפאַר האָט ער גע-
פירט אַ טאָגבוך און ניט נאָר ווייל ער איז געווען אַן עדואָ פון
אַזוי פיל היסטאָרישע געשעענישן).
זיין לעבן איז געווען אַ לעבן פון ווילן און ווערדע. דעם
ווילן האָט ער איינגעשפּאַנט אין קאָטש וואָס האָט אים געפירט
אויף דעם אויסגעקליבענעם שליאַך. דעם ווילן האָט ער אונ-
טערגעשמיסן מיט עטישע התחייבותן וואָס ער האָט גענומען
אויף זיך. און דער ווילן האָט אים ניט געלאָזט דוען. פאַר-
ענדיקט דאָס לעבנסווערק, די „וועלט-געשיכטע פון יידישן
פאָלק“, נעמט ער זיך ווידער צו דער געשיכטע פון חסידות :
פאַרענדיקט די געשיכטע פון חסידות אין אַ פולקום נייער
באַאַרבעטונג, נעמט ער זיך ווידער דערגאַנצן און פאַרריכטן
דאָס לעבנסווערק, ווען ער איז שוין נאָענט צו די אַכציקער.
און אַז עס בלייבט נאָך צייט אין דער איינזאַמקייט פון אַ ריגער
פאָרשטאָט, נעמט ער זיך רעדאַגירן זיין טאָגבוך.
די קרוין פון ווערדע איז געקומען פון זיך, ווי אַ געשאַנק
פון דעם מהות מענטש וואָס ער איז געווען. חשוב אין אויגן
פון מענטשן איז ער געווען ניט בלויז מחמת זיינע אויפטוען,
נאָר אויך אַדאַנק די איידעלע אייגנשאַפטן פון זיין כאַראַקטער.
ווי אַ תלמיד-חכם האָט ער, לויט די רייד פון אונדזערע חכמיִם,
ניט געטאָרט מוחל זיין אויף זיין כּבוד. אָבער ער האָט גאָרניט
געדאַרפט שטיין פאַר אָט דער דילעם. מיט יראַתיהכבוד האָבן
זיך באַצויגן צו אים ניט נאָר פריינד און תלמידים, נאָר אויך
אידייאישע קעגנערס. דאָך ניט צופעליק האָבן ציוניסטן מיט
פרייד אויפגענומען זיין יעדן אַרויסווייז פון אינטערעס פאַר
יישוב-ארץ הגם ער האָט תמיד און ביזן סוף לעבן גע-
האַלטן אַז ציוניזם איז ניט דער פולער ענטפער אויף דער
47
פראַגע פון קיום האומה, נאָר אַ טיילוויי ער ענטפער. דובנאָוון
איז תמיד געווען דערווידער קלאַסנקאַמף און אַפילו קלאַסן-
איבטערעסן, און ער האָט אַ צאָל מאָל שאַרף זיך אַרויסגעזאָגט
קעגן „בונד“, און דאָך זיינען בונדיסטן גרייט אים אַרויסצו-
שטעלן ווי שיער ניט אַ בונדיסט. האָט איז דערפאַר וואָס
שמעון דובנאָווס השפּעה איז געגאַנגען אין די ביידע קעג.נדיקע
ריכטונגען און אויך דערפאַר וואָס פון אַלע זייטן האָט זיך בּע-
טראָגן אַ באַציאונג פון דרך-ארץ צו זיין פּערזענלעכקייט.
שמעון דובנאָוו איז געווען אַ פריינדלעכער מענטש, אָבער
דאָך אַ צוריקגעהאַלטענער, אַ צוגעשפּיליעטער ווי מע זאָגט.
כסדר אין אַן אידייאישן געראַנגל און אָפט אין אַ הויך-אינטע-
ליגענטן געזעלשאַפטלעכן קרייז, האָט ער געהאַט באַהאַלטן פאַר
זיך און אין זיך דאָס באַציען זיך צו זיין היסטאָרישער אַרבעט
ווי צו אַ דינען גאָט. ער, דער אַנטי-טעאָלאָג, דער ראַציאָנאַ-
ליסט, אַנטבלויזט זיך ווי אַ דורכגענומענער פון אַ טיף רעלי-
גיעז געפיל נאָר אין די פאַרשרייבונגען אין טאָגבוך. דעם
ערשטן סעפּטעמבער 6191 ניצט ער דעם פייערלעכן סטיל פון
אַ בהן-גדול : „איך שטעל זיך ווידער דינען ביי מיין מזבח
— אין מיין קליינעם טעמפּל-קאַבינעט“. פון 4טן אָקטאָבער
איז דאָ אַזאַ אַנטפלעקונג פון געפילן : „איך בוי, איך בוי איבער
דעם טעמפּל פון היסטאָריאָגראַפיע, איך טו תפילה אין אים
אין הייליקער שטילקייט“. מיט דער זעלביקער דאַטע : „זיבן
אינדערפרי שטעל איך זיך דאַוונען, דאָס הייסט איך נעם זיך
צו דער אַרבעט“.
ער האָט געלעבט אונטער אַ נדר וואָס ער האָט זיך גע-
האָט געגעבן מיט יאָרן צוריק. אין דער שרעקן-פולער שטימונג
פון סוף אויגוסט 7191 שרייבט ער אין טאָגבוך : אכל-זמן אין
מיינע דלד-אַמות וועט זיך ניט אַריינרייסן דער רוסישער פּאָג-
ראָמ.שטשיק אָדער דער דייטשישער אייננעמער — וועל איך
שטיין ביי מיין מזבח און וועל דינען דעם אייביקן“. ער דער-
ציילט וועגן ראש-השנה תרע“ח אַז ער האָט דעם גאַנצן טאָג
פאַרבראַכט אין תפילות : ער האָט געשריבן אַ ק—יטל גע-
שיכטע און האָט געורינט איבערן מחזור. אַזוי ווי אַ מין שע-
מען זיך פאַר זיך אַליין, למאי ער איז אַזוי טיף רעליגיעז,
פאַרנעמט זיך דובנאָוו מיט ראַציאָנאַליזירן : „פאַר מיר איז
57
מיין היסטאָרישע אַרבעט אי שפּייז אי לופט . . . ניטאָ אין דעם
קיין שום רבותא — פּשוט אַן אַקט פון אויפהיטן פאַר זיך די
נשמה“ (דעם שסטן אָקטאָבער 7191). אָבער ווי פאַלש וואָלט
געווען איבערצובייגן דעם שטעקן אויף דער יחידישער זייט.
ס איז געווען נאָוועמבער 8191. פּע.טראָגראַד איז געווען
דערשטיקט פון הונגער. געפּגרטע פערד מיט געשוואָלענע
בייכער האָבן זיך געוואָלגערט אויף די גאַסן. מען איז געלאָפן
קיין דרום. דובנאָווס פריינד האָבן גערעדט אַז מע דאַרף „דעם
אַלטן“ אַריבערראַטעווען קיין ארץ-ישראל. איך בין געקומען
זיך געזעגענען פאַרן אַוועקפאָרן קיין לעטלאַנד. די דירה איז
געווען ניט געהייצט. אַן איינגעדאַרטער, אַן איינגעוויקערטער,
מיט אַ בערדל וואָס איז געוואָרן אַ סך גרויער, אין אַ מין קורץ
אומגעלומפּערט פּעלצל, איז דער לערער געשטאַנען ביי דער
אַרבעט. ער האָט צוגעוואונטשן : „פאָרט, העלפט שאַפן אַ בּיי
יידיש לעבן אין די נייע לענדער !“ —„וואָס וועט זיין מיט
אייך, לערער ז“ — האָב איך געפרעגט. — „איך בלייב דאָ.
איך האָב נאָך מיין אַרבעט ניט פאַרענדיקט. און איצט זיינען
אָפן אַרכיוון פון דער צאַרישער מאַכט וואָס מע האָט פריער קיין
צוטריט צו זיי ניט געהאַט. מע קען זיך אַ סך זאַכן דערוויסן.
איך מאַך ניט קיין באַמיאונגען אַרויסצופאָרן“.
געטראַכט — ווער ווייסט צי עס וועט נאָך באַשערט זיין
אים צו זען. איך האָב געוואָלט זיך צעקושן ביים געזעגענען
זיך. אָבער ווי קושט מען זיך עס מיט אַ בהן וואָס שטייט ביים
מזבח ? אויף דעם וועג צופוס, און עס איז געווען אַ ווייטער
מהלך ביז דער אייגענער דירה, האָב איז נאָר געחזרט די לעצטע
תורה פון יענע לערניאָרן וואָס איך האָב אָקערשט געהאַט
געהערט מפּי רבי ומורי : „דאַרף מען דען ראַטעווען דאָס לעבן
און דערביי זיך אָפּזאָגן פון דעם זינען פון לעבן ז“
צוּויי יאָר שפּעטער האָט שמעון דובנאָוון באַזוכט זיין תלמיד
און אבר אליהו טשעריקאָווער. דאָס איז געווען אין דעצעמ-
בער 0291. אין קאָוונער „פאָלקסבלאַט“ פון 0391, אין דעם
נומער לכבר 07 יאָר ש. דובנאָוו, דערציילט א. טשעריקאָווער :
„עס איז געווען אַ שרעקלעכע צייט — הונגער, חושך, וויסטע
קעלט און וויסטע שטימונג. שרעק און אַפּאַטיע ביי דער אינטע-
ליגענץ. קיינער האָט גאָרניט ניט געקענט טאָן. ש. דובנאָוון
אָבער האָב איך געפונען ווי תמיד ביי זיין שרייבטיש. אין
מאַנטל און קאַלאָשן, מיט געשוואָלענע פון קעלט פינגער, איז
ער געזעסן און געאַרבעט . . . „ווי קענט איר ז“, האָב איך אים
געפרעגט. — „איך פיל“, האָט ער געענטפערט, „אַז ווען איך
רייס איבער כאָטש אויף איין מינוט, וועל איך ניט אויסהאַלטן“.
אַזאַ אייזערנע אינעווייניקסטע דיסציפּלין האָט עקסיסטירט בלויז
אין יענע אַלטע שווערע צייטן פון דעם למדן וואָס האָט לא פּסק
פּומיה מגירסא . . . ווער עס נעמט ניט דובנאָוון אין דער ראַם
פון די בייזע צייטן אין רוסלאַנד, דער קען אים ריכטיק ניט
אָפּשאַצן“.
עס איז אַוועק נאָך אָנדערטהאַלבן יאָר. עס איז מיי 2291.
שמעון דובנאָוו איז אין קאָוונע. יעדן שבת (און אַמאָל אויך
אינדערוואָכן) כאַפּ איך זיך אַראָפּ פון ווילקאָמיר קיין קאָוונע
צו זיין מיט דובנאָוון. ער איז איצט יינגער געוואָרן און איז
האָפערדיק ביי זיך : אַרויסגעראַטעוועט דעם גרויסן מאַנוס-
קריפּט פון זיין לעבנסווערק ! ער דערציילט ניט וועגן זיך, ער
האַלט אין איין אויספרעגן וועגן דעם לעבן וואָס שטעלט זיך
איין אין ליטע. ער רעכנט דאָ צו בלייבן. דאָס יידישע מיניס-
טעריום, וואָס האָט אים געהאָלפן קומען אַהער, איז זיך משתּדל
אַז ביים קאָוונער אוניווערסיטעט זאָל זיין אַ קאַטעררע פֿאַר
יידישער געשיכטע און דובנאָוו זאָל ווערן פּראָפעסאָר. פאַר
אונדז פאָלקיסטן וואָלט עס געווען אַ גוואַלדיקער געווינס. דוב-
נאָוו וויל עס אויך, ער וויל ווייטער ניט וואָנדערן. אָבער ביי
די ערשטע שוועריקייטן מצד אַ טייל פּראָפעסאָרן פון אוני-
ווערסיטעט (מצד דעם שפּעטער אָפענעם פאַשיסט וואָלדע-
מאַראַס און זיין גרופּע), נעמט ער זיך אַליין וואַקלען. עס איז
ניט אמת אַז עס איז געווען אַן אינטריגע פון די ציוניסטן,
דובנאָוו זאָל מוזן אַוועקפאָרן פון קאָוונע. קען זיין אַז מע האָט
ניט גענוג ענערגיש זיך משתּדל געווען. עס קען אויך זיין אַז
דובנאָוון אַליין האָט ניט גענוג אימפּאָנירט די שטאָט וואָס
איז געווען היפּש אָפּגעריסן פון דער גרויסער וועלט. עס איז
ביי אים גופא אויפגעקומען : אפשר וואָרשע ז אפשר בערלין ז
און ווייל עס איז געווען דער ווילן אַ סך פּרטים פון דעם לעבנס-
ווערק איבערצוקאָנטראָלירן, ווייל ער האָט געפילט אַז זיין
ווערק איז פאַרענדיקט — און דאָך ניט פֿאַרענדיקט, האָט ער
זיך באַזעצט אין בערלין. דאָרטן האָט ער אַריינגעכאַפּט איבער
פולע צען יאָר פון רואיקער און אויסגעפלאַנירטער אַרבעט.
אין רעטראָספּעקט דאַרף קיינעם ניט פאַרדריסן וואָס ער האָט
זיך ניט בּאַזעצט ניט אין קאָוונע און ניט אין וואַרשע.
די גרויסע קאַטאַסטראָפע וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט
דעם ימח-שמוס קומען צו דער מאַכט האָט דעם אַלטן היסטאָ-
ריקער פאַרטריבן אין אַ נייעם גלות. די לעצטע יאָרן לעבן
ריגע זיינען נאָך אַלע געווען פּראָדוקטיווע יאָרן. אָבער דער
אַלטער דובנאָוו האָט געלעבט אַזוי ווי אין אַ באַקוועמע.ר תפיסתּ
כמעט אָן פריינד אַרום זיך, האָט געדריקט די איינזאַמקייט פון
עלטער און די איינזאַמקייט פון פאַרוואָגלטקייט. ביים לעצטן
מאָל זען זיך מיט אים (סוף יולי 6391) איז ער געווען אויפ-
געלעכטער ווי זיין באַזוכער, ווען מע האָט גערעדט ווי עס לעבט
זיך אים. ער האָט געלויבט די שטאָלצע סאָסנע-ביימער אַרום
הויז. אָבער ער האָט אויפגעציטערט, ווען ער האָט גענומען
.רעדן וועגן דער קאַטאַסטראָפע וואָס רוקט זיך אויף יידן, און
ער, דער אָפּטימיסטישסטער צווישן אָפּטימיסטן, האָט זיך גע-
טרייסלט אין נביאישן שרעק : „ממזרח באה הרעה, ממערב
תבא הרעה — וואָו וועט דער ייד זיך אַהינטאָן ז“ . . .
און איצט, נאָך זיין קדושים-טויט, נאָך דער קאַטאַס-
טראָפע וואָס איז געווען מאוימדיקער ווי די ערגסטע בייזע
נבואה, איצט ווען !מע האָט שוין געפייערט די הונדערט יאָר
זינט דער קדוש דטהור שמעון דוב,ו איז געבוירן געוואָרן,
— איצט איז אין סך-הכל דאָך פאַר אונח געבליבן דאָס ליב-
טיקע בילד פון אַ לעבן פון ווילן און ווערדע, די גרויסע ירושה
פון היסטאָריקער און דענקער, און די צוואה : איר דערפט
וועגן לעבן ווייטער ! אויב איִר וועט וועלן — וועט איר לעבן !
אויב עס איז אמת דער בדמיך חיי, אין דיין בלוט זאָ,לסטו
לעבן, איז נאָך אמתער דער דובנאָווישער ברצונך חיי — מיט
דיין ווילן צו לעבן זאָלסטו — און וועסטו לעבן.
87